״װאָס האָסטו הײַנט געטאָן פֿאַר ייִדיש?״

״װאָס האָסטו הײַנט געטאָן פֿאַר ייִדיש?״

פֿון ניקאָלײַ באָראָדולין, ניו־יאָרק

כ׳װעל קײן מאָל ניט פֿאַרגעסן מײַן ערשטע טרעפֿונג מיט דוד פֿישמאַנען: סוף יוני, 1989, אין מאָסקװע, בײַם ערשטן אָפֿיציעלן סעמינאַר פֿאַר ייִדיש־לערערס, אָרגאַניזירט דורך דער רעדאַקציע פֿון ״סאָװעטיש הײמלאַנד״. אַ דאַנק דודן האָב איך אין אַ חודש שפּעטער באַקומען אַ פּעקל מיט אוצרות: װיכטיקע לערן־ און לײען־מאַטעריאַלן אױף ייִדיש, װאָס דער דעמאָלטיקער רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל ״ייִדישע קולטור״ (ניו־יאָרק), איטשע גאָלבערג ז»ל, האָט מיר געשיקט. איך האָב צום ערשטן מאָל געהאַלטן אין מײַנע הענט און געבלעטערט ״קאָלעדזש ייִדיש״, אוריאל װײַנרײַכס ״װערטערבוך״, שמעון דובנאָװ׳ס ״געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלק״, ״לאָמיר קינדער זינגען״, וכדומה. דוד האָט מיך דערמוטיקט לערנען ייִדיש און כ׳װעל דאָס קײן מאָל ניט פֿאַרגעסן. איך באַװוּדער זײַן טיף װיסן פֿון דער ייִדישער געשיכטע פֿון מיזרח־אײראָפּעיִשן ייִדנטום און זײַן איבערגעגעבנקײט צו מאַמע־לשון. װען כ׳האָב אים פֿאַרבעטן צו מײַן װירטועלן קלאַס צו דערצײלן די סטודענטן װעגן זײַן אַקאַדעמישער אַרבעט, האָט ער מסכּים געװען. אױפֿן סמך פֿון דער טרעפֿונג האָט זיך אַרויסגעוויזן אָט דער אינטערװיו.

נ. ב.: טײַערער דוד, ביסטו אױפֿגעװאַקסן אין ייִדיש? דערצײל װעגן דײַנע קינדער־יאָרן.

ד. פֿ.: איך בין טאַקע אױפֿגעװאַקסן אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער שטוב, כאָטש בײדע מײַנע עלטערן זײַנען געבױרן געװאָרן אין אַמעריקע. זײ זײַנען ביידע געװען פֿלאַם־פֿײַערדיקע ייִדישיסטן, אױף אַזױ װײַט, אַז זײ האָבן מיט צװײ אַנדערע משפּחות געשאַפֿן אַזאַ מין ייִדישע גאַס. דאָס הײסט בײנברידזש אַװעניו, אין די בראָנקס, װאָס מען האָט גערופֿן בײנברידזשיװקע. אונדזער משפּחה איז געקומען דאָרט די ערשטע, נאָך אונדז איז געקומען די גאָטעסמאַן משפּחה. איציק גאָטעסמאַן איז געװאָרן מײַן פֿרײַנד פֿון די סאַמע ייִנגסטע קינדער־יאָרן. ער איז איצט אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש און אַן אָנערקענטער פֿאָלקלאָריסט. די דריטע משפּחה איז געװען די שעכטערס. מיט די עלעטערע קינדער, גיטל און שׂרה־רחל, בין איך געװאָרן גוטע פֿרײַנד זינט קינדהײט אָן. אױף דער זעלבער גאַס האָט זיך געפֿונען אַ ייִדישע נאָכמיטאָג שול, אַ «שלום־עליכם שול», װוּ מיר פֿלעגן גײן פֿינף טעג אַ װאָך נאָך דער עפֿענטלעכער שול. עס זײַנען נאָך געװען ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן אין דער געגנט. װען איך קוק צוריק, פֿאַרשטײ איך װאָס מער, אַז איך בין טאַקע אױפֿגעװאַקסן אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער סבֿיבֿה. מיר האָבן אַגבֿ געשאַפֿן דעמאָלט אַ קינדער־קלוב אױף ייִדיש, װאָס האָט געהײסן ״ענגע־בענגע״ און אַרױסגעגעבן אַ זשורנאַל מיטן זעלביקן נאָמען. איך געדענק, אַז מרדכי שעכטער איז געװען זײער שטרענג. אױב ער האָט אונדז געכאַפּט רעדן צװישן זיך, קינדער, ענגליש, איז ער געװאָרן באמת אין כּעס, ניט אַזױ אױף מיר, ווי אױף זײַנע אײגענע קינדער. מײַן טאַטע איז ניט געװאָרן אין כּעס, װען ער האָט געהערט װי מיר, קינדער, רעדן אױף ענגליש. ער פֿלעגט זיך בעטן בײַ מיר: ״זײַ אַזױ גוט, רעד ייִדיש״. איך מוז זאָגן דעם אמת: קלײנערהײט פֿלעג איך אים ענטפֿערן אױף ענגליש. איך בין אַריבער אױף ייִדיש, װען איך בין געװען עלף אָדער צוועלף יאָר אַלט.

נ. ב.: קענסט דערצײלן אַ ביסל װעגן דײַנע עלטערן, געלע און  שיקל פֿישמאַן?

ד. פֿ.: מײַנע טאַטע־מאַמע האָבן זיך באַקענט אין קעמפּ ״באויבעריק״ פֿון שלום־עליכם פֿאָלקס־אינסטיטוט. אינטערעסאַנט צו באַמערקן, אַז מײַן מאַמע האָט פֿריִער זיך געחבֿרט מיטן טאַטנס ייִנגערער שװעסטער רחל, װאָס איז געװאָרן אַ ייִדישע פּאָעטעסע אין ישֹראל. מײַן טאַטנס נאָענטסטער פֿרײַנד אין ״בויבעריק״ איז געװען גאַבי װײַנרײַך, מאַקס װײַנרײַכס ייִנגערער זון און אוריאלס ייִנגערער ברודער. זײ זײַנען געװען זײער גוטע פֿרײַנד, װען זײ זײַנען געװען צענערלינגען. מײַן טאַטע איז געקומען פֿון פֿילאַדעלפֿיע קײן ניו־יאָרק זיך לערנען אין גראַדויר־שול אין קאָלומביע אוניװערסיטעט. שפּעטער האָט ער נאָך אַ מאָל געטראָפֿן די מאַמע, װען זי איז געװען אַ לערערין פֿון דער ערשטער און לעצטער ייִדישער טאָג־שול אין ניו־יאָרק (וואָס האָט אָנגעהאַלטן אַ יאָר צײַט). מען האָט געשיקט אין שול, צו געלען אין קלאַס, אַ פּסיכאָלאָג צו באַטראַכטן דעם פּעדאַגאָגישן ניוואָ פֿון די לימודים. דער פּסיכאָלאָג איז געװען שיקל. אַ ביסל שפּעטער האָט ער זי פֿאַרבעטן צו אַ פּיעסע פֿון סעראַנאָ דע בערזשעראַק און געלע האָט מסכּים געװען. אַזױ האָט זיך אָנגעהױבן זײער ליבע. אײנע פֿון טאַטנס באַליבסטע לידער, װאָס ער פֿלעגט זינגען, איז אַגבֿ געװען דאָס ליד ״פֿון װאַנען הייבט זיך אָן אַ ליבע״.

נ. ב.: צי האָסטו זיך געלערנט ייִדיש פֿאָרמעל, אַחוץ דער נאָכמיטאָג־שול?

ד. פֿ.: בשעת די מיטלשול־יאָרן (פֿון 9 ביז 11טן קלאַס) האָבן מיר געװױנט אין ישֹראל. דאָס איז װיכטיק פֿון אַ סך קוקװינקלען. דאָרטן האָב איך זיך גוט אױסגעלערנט העברעיִש. דעמאָלט האָט געװױנט אין ישֹראל יודל מאַרק, אַן אָנגעזעענער ייִדישער לינגװיסט און פּעדאַגאָג, דער רעדאַקטאָר פֿונעם «גרױסן װערטערבוך פֿון דער ייִדישער שפּראַך». איך האָב זיך געלערנט פּריװאַט בײַ יודל מאַרקן ייִדישע גראַמאַטיק און אַ ביסל ייִדישע ליטעראַטור. איך בין געװען אַ 15יעריקער בחורל, אָבער ער האָט מיר געגעבן אַ שטיקל אַרבעט פֿאַרן גרױסן װערטערבוך. דאָס איז געװען אַ װיכטיקער טריט אין לערנען זיך ייִדיש. אײן זומער האָב איך אָנטײלגענומען אין קאָלומביע ייִדיש־פּראָגראַם. איך מוז זאָגן, אַז פּשוט דאָס זײַן אַ שכן פֿון מרדכי שעכטער, און זײַן אַקטיװ אין יוגנטרוף אונטער דער השגחה פֿון מרדכי שעכטער, איז געװען די בעסטע שפּראַכיקע בילדונג, װאָס מע קען קריגן. מרדכי פֿלעגט אַלע מאָל איבערהאַקן און פֿאַרריכטן. ער האָט זיך ניט געשעמט. אפֿילו די גרעסטע ייִדישע שרײַבערס האָט ער געזאָגט אַ מײנונג װעגן זײער ייִדיש. ער האָט מיך אַװדאי אַ סך פֿאַרריכט, און צװישן אַלע עטאַפּן פֿון מײַן לערנען זיך ייִדיש איז אָט דער אומפֿאָרמעלער עטאַפּ, פֿון אַרבעטן און פֿאַרברענגען מיט מרדכי שעכטערן, געװען דער װיכטיקסטער.

איך בין געװאָרן אַ ייִדישער היסטאָריקער, װאָס פֿאַרנעמט זיך מיט ייִדן אין מיזרח־אײראָפּע. אױף דעם דאַרף מען קענען פֿאַרשידענע שפּראַכן, ס׳װענדט זיך אין װעלכער תּקופֿה און אױף װעלכער טעריטאָריע מען קאָנצענטרירט זיך. איך האָב זיך אױסגעלערנט רוסיש און אָנגעהױבן פֿאָרן אַרום דעם  געװעזענעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. אָבער ייִדיש איז אַלע מאָל געװען װיכטיק פֿאַר מיר, סײַ צוליב דער אַרבעט, סײַ צוליב דער פּערזענלעכער פֿאַרבינדונג. איך רעד ייִדיש אין דער הײם מיט מײַן פֿרױ און מיט מײַנע קינדער, און איך שטאָלציר זיך מיט זײ. דאָס איז אפֿשר מײַן גרעסטער אויפֿטו אין פֿאַרבינדונג מיט ייִדיש.

נ. ב.: קענסט אונדז אַ ביסל דערצײלן װעגן דײַן פֿאָרש־אַרבעט אין די לענדער פֿונעם געוועזענעם סאָװעטן־פֿאַרבאַנד?

ד. פֿ.:  די אַרבעט מײַנע  האָט צוויי אַספּעקטן. אײנער איז אַן אַקאַדעמישער. דער טעאָלאָגישער סעמינאַר, װוּ איך לערן װי אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער געשיכטע , האָט אַ שותּפֿות מיט אוניװערסיטעטן אין רוסלאַנד און אוקראַיִנע, און במשך פֿון אַלע יאָרן שיקן מיר פּראָפֿעסאָרן אַהין צו לערנען קורסן פֿון יודאַיִקאַ. מיר האָבן עס יאָרן לאַנג געטאָן אין מאָסקװע אינעם רוסלענדישן אוניװערסיטעט פֿאַר הומאַניסטיק. די לעצטע פֿינף יאָר האָבן מיר כּמעט אױפֿגעהערט אַרבעטן מיטן מאָסקװער אוניװערסיטעט. ס׳איז שװער צו אַרבעטן דאָרט און מיר אַרבעטן מער מיט אַן אוניװערסיטעט אין קיִעװ. דאָס איז דער אַקאַדעמישער אַספּעקט פֿון דער אַרבעט: פּראָפֿעסאָרן, קאָנפֿערענצן, פּובליקאַציעס. דער צװײטער אַספּעקט האָט צו טאָן מיט די אַרכיװן. מיר גיבן אַרױס װעגװײַזערס צו די ייִדישע מקורים אין די רוסלענדישע און אוקראַיִנישע אַרכיװן. עס געפֿינט זיך דאָרט אַ שלל מיט מאַטעריאַלן, װאָס האָבן צו טאָן מיט דער ייִדישער געשיכטע – אין מאָסקװע, פּעטערבורג, קיִעװ און אַנדערע ערטער. אָבער ס׳איז שװער זײ צו געפֿינען צוליב פֿאַרשידענע סיבות. אַ מענטש גײט אַרײַן אין ייִוואָ־אַרכיוו, לאָמיר זאָגן, און בעט מאַטעריאַלן, למשל, װעגן אַ שטעטל בעלץ. דער אַרכיװיסט װעט זיך זעצן מיטן מענטשן און אים העלפֿן. אָבער אױבֿ איר קומט אין אַן אַרכיװ אין רוסלאַנד אָדער אוקראַיִנע, און איר בעט מאַטעריאַלן װעגן דעם שטעטל בעלץ, װעט מען אײַך זאָגן, אַז מען האָט ניט קײן צײַט, אָדער פּשוט אַז זײ האָבן ניט קײן מאַטעריאַלן, כּדי פּטור צו װערן פֿון דיר. דאָס הײסט, אַז די קולטור איז אין גאַנצן אַן אַנדערע, אַרכיװיסטן העלפֿן קײנעם ניט. מע דאַרף זיך אַלײן העלפֿן. די װעגװײַזערס, װאָס מיר האָבן צוזאַמענגעשטעלט במשך פֿון צענדליקער יאָרן, זײנען אַ פּרוּװ צו באַקענען די פֿאָרשערס מיט די ייִדישע מקורים אין די אַרכיװן. די בענד גײען אַרױס אױף רוסיש, אָבער באַלד װעלן די מאַטעריאַלן זיך באַװײַזן אױף ענגליש אױף אַ װעב־זײַטל, װאָס הײסט ״ירושה״.

נ. ב.: װאָס מײנסטו קענען עלטערן טאָן הײַנט צו פֿאַרזיכערן און דערמוטיקן זייערע קינדערס אינטערעס צו ייִדיש?

ד. פֿ.: כּמעט אַלץ, װאָס מיר טוען אין אונדזער שטוב, איז אומפֿאָרמעל. דאָס הײסט, איך לײען ביכער צו די קינדער און איך ניץ כּלערלײ אַלטע ביכער. מײַן מאַמע איז געװען אַ ייִדיש־לערערין, פֿאַרמאָג איך אַ סך קינדער־ביכער. אַ מאָל לײען איך זײ נײַע ביכער. ס׳איז דאָ אַ נעץ פֿון יונגע ייִדישע משפּחות, װאָס ציִען אױף זײערע קינדער אױף ייִדיש, און זײ קומען זיך צונױף יעדעס יאָר אױף דער ייִדיש־װאָך, װאָס יוגנטרוף פֿירט אָן דערמיט. שמעון נױבערג, װאָס װױנט אין דײַטשלאַנד, גיט אַרױס זײער שײנע אױסגאַבעס פֿון דער קלאַסישער אײראָפּעיִשער קינדער־ליטעראַטור, איבערגעזעצט אױף ייִדיש, מיט שײנע אילוסטראַציעס. קינדער האָבן ליב די אילוסטראַציעס. אין ניו־יאָרק האָבן מיר אַ גרופּע פֿון ייִדיש־רעדנדיקע קינדער, װאָס טרעפֿן זיך אײן מאָל אַ חודש. שׂרה־רחל שעכטער, די רעדאַקטאָרשע פֿון ״פֿאָרװערטס״, פֿירט אָן דערמיט. קומען אַ מאָל פֿינף קינדער. איך װיל באַטאָנען, אַז די הױפּט־זאַך קומט פֿאָר אין דער הײם. קײן פֿאָרמעלע דערציִונג קען דאָס ניט פֿאַרטרעטן.

נ. ב: זײַנען דײַנע עלטערן געװען רעליגיעז, װען דו ביסט געװען אַ קינד? האָט מען געװאָלט דיר שיקן אין אַ ישיבֿה?

ד.פֿ.: מײַן משפּחהס היטן ייִדישקײט האָט זיך געביטן אין משך פֿון די יאָרן. װען איך בין געװען אַ קינד, זײַנען מיר בכּלל ניט געװען פֿרום, זיכער ניט געגאַנגען אין שיל. ס׳האָט זיך אָנגעהױבן מיט מײַן עלטערן ברודער בר־מצווה.  אין משך פֿון פֿינף־זעקס יאָר, װען איך בין געװען צווישן צען און זעכצן יאָר אַלט, בין איך און מײַן משפּחה געװאָרן מער און מער פֿרום. דערפֿאַר איז פֿריִער קײנעם ניט אײַנגעפֿאַלן, איך זאָל גײן אין אַ ישיבֿה. צום ערשטן מאָל האָט מען דאָס באַטראַכט װען איך בין געװען דרײַצן־פֿערצן יאָר אַלט און מיר האָבן געװױנט אין ישֹראל. מען האָט געװאָלט מיך אַריבערפֿירן פֿון אַ װעלטלעכער שולע אין אַ רעליגיעזער שולע. איך בין ניט געװען נײַגעריק צו בײַטן די שולע און בין געבליבן װוּ איך בין געװען. אָבער ביסלעכװײַז האָב איך זיך דערנעענטערט צו דער רעליגיעזער װעלט, װאָס איז געװאָרן מײַן װעלט. אינטערעסאַנט, אַז ניט נאָר דער טאַטע, נאָר אױך דעם טאַטנס טאַטע, מײַן זײַדע אַהרון פֿישמאַן איז געװען זײער אַ סעקולערער מענטש. ער איז געווען אַ פֿאַרברענטער ייִדישיסט, װאָס האָט יעדן טאָג געפֿרעגט בײַ מײַן טאַטן, װען ער איז געװען אַ קינד: ״װאָס האָסטו הײַנט געטאָן פֿאַר ייִדיש?״ מײַן טאַטע האָט ניט געהאַט קײן בר־מצווה, װײַל מײַן זײדע איז געװען אַ סאָציאַליסט. אױף מײַן טאַטע־מאַמעס טראַדיציאָנעלער חתונה מיט אַ ייִדיש־רעדנדיקן רבֿ האָט דער זיידע געטראָגן אַ הוט, אָבער ניט געװאָלט זאָגן אַ ברכה אונטער דער חופּה. מײַן טאַטנס ייִנגערע שװעסטער, רחל, װאָס האָט עולה געװען קיין ישֹראל, האָט זיך באַזעצט אין אַ קיבוץ און איז געבליבן אַ פּרינציפּיעלער סעקולערער מענטש דאָרט.

נ. ב.: זײַענדיק אין ישֹראל אַלס צענערלינג האָסטו אָנגעשריבן מיט זײַן טאַטן אַן אַרטיקל װעגן דעם מצבֿ פֿון ייִדיש אין ישֹראל. װי אַזױ האָט מען אים אָנגענומען דאָרטן?

ד. פֿ.: ס׳איז געװען זײער שײן פֿון מײַן טאַטנס זײַט, װאָס ער האָט מיטגעשטעלט מײַן נאָמען װי אַ מיט־מחבר, אָבער איך בין דעמאָלט געװען אַ בחור פֿון פֿופֿצן יאָר אַלט, און איך האָב ניט געשריבן דעם אַרטיקל. איך האָב יאָ געטאָן אַ סך פֿאָרש־אַרבעט. איך װײס באמת ניט, װי מענטשן האָבן רעאַגירט אַױפֿן אַרטיקל. דער טאַטע האָט אים אָנגעשריבן גאַנץ קריטיש, אַז אין ישֹראל גיט מען ניט קײן פּאַסיקע ראָלע צו ייִדיש.

נ. ב.: האָסטו אַ מאָל געװאָלט זיך שיידן מיט ייִדיש, אַוועקגיין פֿון מאַמע־לשון?

ד. פֿ.:  דעם אמת געזאָגט, נײן. איך האָב מורא, אַז ייִדיש גײט אַװעק פֿון מיר. איך מײן, אַז איך האָב געקענט ייִדיש בעסער מיט  דרײַסיק יאָר צוריק, װי איך קען עס הײַנט, װײַל ס׳זײַנען ניטאָ די אַמאָליקע ייִדן, מיט װעמען איך האָב געקענט רעדן. איך מוז זאָגן אַז איך האָב אַ מאָל אַ שולד־געפֿיל, װאָס  איך טו מסתּמא ניט גענוג פֿאַר ייִדיש.  איך װאָלט געקענט זײַן אַ מיטאַרבעטער אין ״פֿאָרװערטס״, אַזױ װי מײַן טאַטע.  ממש אַװעקגײן איז מיר קײן מאָל ניט אײַנגעפֿאַלן.

נ. ב.: דו האָסט לעצטנס אַרױסגעגעבן אַ װוּנדערלעך, שפּאַנענדיק און פֿאַרכאַפּנדיק בוך װעגן דער פּאַפּיר־בריגאַדע, װאָס האָט העלדיש געראַטעװעט אוצרות פֿון דער ייִדישער קולטור אין װילנער געטאָ. אױף װאָסער בוך אָדער פּראָיעקט אַרבעטסטו איצט?

ד. פֿ.:  איך אַרבעט איצט אױף אַ פּראָיעקט, װאָס פֿאַרבינדט מײַן פֿרומקײט מיט ייִדיש.  איך האָב רעדאַקטירט אַ באַנד פֿון דרשות פֿון אַ באַרימטן רבֿ, יוסף־בער סאָלאָװײטשיק. ער פֿלעגט געבן די דרשות אױף ייִדיש און זײ פֿאַרשריבן אין אַ כּתבֿ־יד. איצט גרײט איך צו דעם צװײטן באַנד. ס׳איז ניט גרינג, װײַל זײַן האַנטשריפֿט איז אַ שװערער און מע דאַרף גוט קענען תּורה צו פֿאַרשטײן דעם אינהאַלט, און מען דאַרף אויך גוט קענען ייִדיש. איך האָב גרױס הנאה פֿון דעם.

נ. ב.: טײַערער דוד, אַ דאַנק פֿאַר דײַן הײסער ליבשאַפֿט צו מאַמע־לשון. מיר װינטשן דיר אַ סך הצלחות אין דײַן װיכטיקער, שאַפֿערישער אַרבעט!

https://www.youtube.com/watch?v=xYX4YI2fIDk&t=8s

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *