קאָמפּיוטערײַ אויפֿן ווײַטן מיזרח

קאָמפּיוטערײַ אויפֿן ווײַטן מיזרח - קאָמפּיוטער־טערמינאַלן אינעם כאַבאַראָווסקער אינסטיטוט פֿאַר אינזשענירן פֿון  אײַזנבאַן־טראַנספּאָרט

dvgups.ru

קאָמפּיוטער־טערמינאַלן אינעם כאַבאַראָווסקער אינסטיטוט פֿאַר אינזשענירן פֿון אײַזנבאַן־טראַנספּאָרט

 פֿון יואל מאַטוועיעוו

 

דעם 8טן מײַ האָט אונדזער צײַטונג דערציילט וועגן דער 70־יאָריקער געשיכטע פֿון קאָמפּיוטערס, אָנהייבנדיק פֿון דער בריטישער רעכן־מאַשין ״עדזאַק״. נאָך אַ בקשה פֿון אונדזערע לייענער דערציילן מיר ווײַטער וועגן דער געשיכטע פֿון קאָמפּיוטערײַ, בפֿרט אויפֿן ווײַטן מיזרח און אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט.

אינעם מײַ־אַרטיקל האָב איך שוין דערמאָנט, אַז אין 1962 האָט זיך אין כאַבאַראָווסק געעפֿנט דער ערשטער רעכנצענטער אינעם ווײַט־מיזרחדיקן רעגיאָן פֿון רוסלאַנד מיט אַן אייגענעם קאָמפּיוטער ״אוראַל־2״, וועלכער האָט באַדינט די ווײַט־מיזרחדיקע באַן־ליניע און געשטאַנען אינעם אינסטיטוט פֿאַר אינזשענירן פֿון אײַזנבאַן־טראַנספּאָרט (הײַנט דער ווײַט־מיזרחדיקער מלוכישער אוניווערסיטעט פֿון פֿאַרקער־וועגן). מיט דער הילף פֿון דער דאָזיקער מאַשין האָט מען פּלאַנירט דעם פּראָדוציר־גראַפֿיק פֿון די שיפֿבויערײַ־ און אַוויאַציע־זאַוואָדן אין קאָמסאָמאָלסק־אויפֿן־אַמור. אַספּיראַנטן פֿונעם גאַנצן ווײַטן מיזרח האָבן געפֿירט חשבונות אויפֿן כאַבאַראָווסקער קאָמפּיוטער פֿאַר זייערע דיסערטאַציעס.

באַשיר ראַמעיעוו, דער הויפּט־קאָנסטרוקטאָר פֿון דער קאָמפּיוטער־סעריע ״אוראַל״, האָט צוזאַמען מיט יצחק ברוק געשאַפֿן די ערשטע סאָוועטישע עלעקטראָנישע רעכן־מאַשין ״מ־1״. שפּעטער האָט ראַמעיעוו אָנגעפֿירט מיטן קאָנסטרויִרן אייגענע קאָמפּיוטערס אין פּענזע. עס קאָן זײַן, אַז דעם נאָמען פֿון זײַן סעריע האָט ראַמעיעוו אויסגעקליבן צוליב דעם, וואָס ער אַליין איז געבוירן געוואָרן אין בײַמאַק, דרום־אוראַל.

די ערשטע מאָדעל פֿון ״אוראַל״ איז אַרויס אין 1957. מיט צוויי יאָר שפּעטער האָט זיך אײַנגעגעבן צו שאַפֿן אַ היפּש פֿאַרבעסערטן וואַריאַנט – 50 מאָל גיכער, מיט אַ גרעסערן און בעסערן זכּרון. ביידע מאַשינען האָבן אויסגענומען אינעם גאַנצן פֿססר ווי גענוג צוטריטלעכע און געראָטענע. למשל, איז אַן ״אוראַל״ אַמאָל געשטאַנען אין דער לענינגראַדער פֿיזיש־מאַטעמאַטישער שול 239, וווּ איך האָב זיך געלערנט.

נאַטאַליע סאָמוילאָוואַ איז אָנגעקומען פֿון טאָמסק קיין ביראָבידזשאַן אינעם יאָר 1982 צו אַרבעטן אַלס פּראָגראַמיסטקע. זי האָט דערציילט דעם ״ביראָבידזשאַנער שטערן״, אַז אינעם געגנטלעכן רעכנצענטער פֿון סטאַטיסטיק־פֿאַרוואַלטונג איז דעמאָלט געווען אַ קאָמפּיוטער פֿון דער סעריע ״מינסק״. די מאַשין איז געשטאַנען אינעם הויז 22 אויפֿן פּראָספּעקט פֿונעם 60טן יאָרטאָג פֿון פֿססר. הײַנט געהערט דער בנין דער שטאָטישער אַדמיניסטראַציע.

דאָס איז אויך געווען אַ באַקאַנטע, גאָר אַ פּאָפּולערע קאָמפּיוטער־סעריע. ווען מײַן שול איז אַריבער אין אַן אַנדער בנין אין 1975, האָט מען דעם אַלטן ״אוראַל״ צענומען און אײַנגעשטעלט דעם נײַערן ״מינסק־22״.

פֿריִער, אין די 1970ער יאָרן, האָט סאָמוילאָוואַ אָנטיילגענומען אין מאַטעמאַטישע קאַנט־אָלימפּיאַדן אין כאַבאַראָווסק. בעת אַן עקסקורסיע אינעם אײַזנבאַן־אינסטיטוט האָט זי  געזען עטלעכע קאָמפּיוטערס פֿון דער יערעוואַנער סעריע ״נאַיִרי״ – זייער גוטע און קאָמפּאַקטע פֿאַר יענער צײַט, לויט איר אָפּשאַצונג.
אין 1964 האָט די אַמעריקאַנער פֿירמע IBM אָנגעהויבן פּראָדוצירן גרויסע אינדוסטריעלע קאָמפּיוטערס (״מיינפֿריימס״). ווען זיי זענען געוואָרן פּאָפּולער, האָט דער סאָוועטישער מיניסטעריום פֿון ראַדיאָ־אינדוסטריע באַשלאָסן, אַז צוליב אוניפֿיקאַציע פֿון דער רעכן־טעכטיק אינעם לאַנד איז כּדאַי נאָכצופֿאָלגן די פֿאַרשפּרייטע מערבֿדיקע סטאַנדאַרטן. אין 1971 האָט זיך באַוויזן די קאָמפּיוטער־סעריע ЕС – סאָוועטישע אַנאַלאָגן פֿון IBM.

אין 1978 און 1980 האָט מען אײַנגעשטעלט צוויי מאַשינען ЕС-1022, וואָס שטימען מיט די אַמעריקאַנער IBM S/360, אויפֿן ביראָבידזשאַנער זאַוואָד פֿון קראַפֿט־טראַנספֿאָרמאַטאָרס. דעמאָלט האָט דער דירעקטאָר פֿונעם זאַוואָד פֿאַרבעטן סאַמוילאָוואַ קיין ביראָבידזשאַן צו פּראָגראַמירן סיסטעמען פֿון אויטאָמאַטישער פּראָיעקטירונג. די פּראָגראַמען האָט מען שפּעטער אײַנגעפֿירט אויף אַנדערע סאָוועטישע טראַנספֿאָרמאַטאָר־זאַוואָדן.

להיפּוך צום פֿאַרשפּרייטן סטערעאָטיפּ, האָבן די סאָוועטישע אינזשענירן נישט קאָפּירט די אַמעריקאַנער סכעמעס, נאָר אויסגעאַרבעט אייגענע מאָדעלן, וואָס האָבן געקאָנט אויספֿירן די אויסלענדישע פּראָגראַמען. להיפּוך צו אַן אַנדער באַקאַנטן סטערעאָטיפּ, האָבן זיי געאַרבעט נישט ערגער, ווי די מערבֿדיקע.

אינעם שמועס מיט אונדזער צײַטונג האָט סאַמוילאָוואַ דערציילט, אַז אירע קאָלעגן זענען געווען אַנטטוישט מיט די נײַע מאַשינען און זיך געוויצלט, אַז זיי זענען אַ דערפֿאָלגענע המצאה פֿון אַמעריקאַנער שפּיאָנען.

ס׳איז ניט אינגאַנצן אַ וויץ. עדסגער דייקסטראַ, אַ באַרימטער אַמעריקאַנער קלאַסיקער פֿון קאָמפּיוטער־פּראגראַמירונג, האָט אינעם 1975 באַזוכט דעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. בעת זײַן אויפֿטריט אינעם גרויסן זאַל פֿון דער וויסנשאַפֿטן־אַקאַדעמיע אין לענינגראַד האָט ער געמאָלדן, אַז ער האַלט דעם פֿאַקט, וואָס אויף די סאָוועטישע זאַוואָדן מאַכט מען נאָך די אַמעריקאַנער קאָמפּיוטערס, פֿאַרן גרעסטן נצחון פֿון אַמעריקע אין דער קאַלטער מלחמה.

די אייגנאַרטיקע סאָוועטישע קאָמפּיוטערס זענען געווען אין אַ ריי אַספּעקטן בעסער, ווי די אויף גיכן אײַנגעפֿירטע כּמו־מערבֿדיקע. די אַמעריקאַנער פּראָגראַמיסטן אַליין האָבן זיך באַקלאָגט, אַז הגם די מאַשינען פֿון IBM זענען פּאָפּולער אויפֿן מאַרק, זענען זיי נישט די בעסטע.

אין 1991 האָט סאַמוילאָוואַ אויסגעאַרבעט די ערשטע מאָדערנע לאָקאַלע קאָמפּיוטער־נעץ אין דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט. לויט אירע ווערטער, זענען דעמאָלט אין כאַבאַראָווסק אַזעלכע סיסטעמען כּמעט זיכער נאָך ניט געווען.


די קאָמפּיוטערישע רעפּראָדוקציע פֿון «דזשאָקאָנדע» – אַ פּאָפּולערער בײַשפּיל פֿונעם אינפֿאָרמאַציע־אויסטויש צווישן די סאָוועטישע פּראָגראַמיסטן
gallery.ykt.ru

אין פּרינציפּ, האָבן קאָמפּיוטער־נעצן זיך באַוויזן אין פֿססר אַ סך פֿריִער, נאָר געדינט בלויז פֿאַר מיליטערישע אָדער ענג־ספּעציאַליזירטע צוועקן. למשל, האָבן זיי שוין באַדינט די  מאָסקווער וואָקזאַלן אין 1972. געוויינטלעך, פֿלעגן די סאָוועטישע פּראָגראַמיסטן זיך אויסטוישן מיט מאַגנעטישע לענטעס. אַ פּאָפּולערער בײַשפּיל פֿון אַזאַ אויסטוישונג, ״דזשאָקאָנדע״ אָפּגעדרוקט אויף אַן אַלטן פּרינטער, פֿיגורירט אין דער קלאַסישער קאָמעדיע ״אַמט־ראָמאַן״.

הגם די אינטערנעץ און די אַלטערנאַטיווע סיסטעם ״פֿידאָ״ האָבן זיך באַוויזן אין 1990, האָבן זיי צוערשט געאַרבעט זייער פּאַמעלעך און געווען באַקאַנט בלויז אין קליינע קרײַזן ליבהאָבער. גיכע לאָקאַלע קאָמפּיוטער־נעצן זענען אין ס׳רובֿ שטעט נאָך געווען אַ חידוש.

נאָכן פֿאַנאַנדערפֿאַל פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט זיך אָנגעהויבן אי די טרויעריקע תּקופֿה פֿון ווילדע עקאָנאָמישע מהומות, אי דער מבול פֿון מאָדערנע מערבֿדיקע קאָמפּיוטער־טעכנאָלאָגיעס. אין פֿשאַ האָבן די ענטוזיאַסטן פֿון רעטראָ־קאָמפּיוטערײַ אָפּגעהיט און אָפּרעמאָנטירט נישט ווייניק אַלטע מאַשינען, ווי אויך געשאַפֿן זייערע ווירטועלע מאָדעלן – גענויע עמולאַטאָר־פּראָגראַמען, וואָס גיבן יעדן מענטש די מעגלעכקייט צו באַקענען זיך מיט די אַמאָליקע קאָמפּיוטער־טעכנאָלאָגיעס. דער מצבֿ מיט דער סאָוועטישער רעכן־טעכטיק איז אַ סך ערגער. נאָך דער פּערעסטרויקע האָט מען אַרויסגעוואָרפֿן אויף הפֿקר אָן אַ שיעור מאַשינען, דאָקומענטן און פּראָגראַמען.

גאָר באַלערנדיק איז די מעשׂה מיט די סאָוועטישע פּראָגראַמירלעכע קאַלקולאַטאָרס – בעצם קליינע היים־קאָמפּיוטערס. דער געראָטענער קאַלקולאַטאָר МК-52, וועלכער איז דערשינען אין 1985, איז אַפֿילו געפֿלויגן אין קאָסמאָס און געדינט אויף מיליטערישע שיפֿן. אין 2012 האָט דער אינזשעניר און פּראָגראַמיסט פֿעליקס לאַזאַריעוו דורכסקאַנירט די מיקראָסכעמעס אין אַלטע קאַלקולאַטאָרס מיט דער הילף פֿון אַ מעטאַלורגישן מיקראָסקאָפּ און האָט זיי ממש על־פּי־נס אויפֿגעלעבט אין אַ ווירטועלער פֿאָרעם.

די סאָוועטישע פּראָגראַמירלעכע קאַלקולאַטאָרס ווערן נאָך אַלץ פֿאַרקויפֿט ווי אַנטיקן. ווי עס האָט געוויזן אַן אויפֿזוך אויף אינטערנעץ־ליציטאַציעס, טרעפֿן זיי זיך אויך אין ביראָבידזשאַן. צום באַדויערן, קאָן מען לאַזאַריעווס קונץ מיט גרויסע קאָמפּיוטערס נישט מאַכן: ס׳איז כּמעט אין ערגעץ נישט געבליבן וואָס צו אַנאַליזירן. מיט עטלעכע יאָר צוריק האָט מען אינעם מאָסקווער פּאָליטעכנישן מוזיי אָפּרעמאָנטירט אַן ״אוראַל־1״. אַנדריי סקוואָרצאָוו אַרבעט איצט איבער אַן עמולאַטאָר פֿון דער דאָזיקער סעריע.

אַז מע גיט אַ גראָב טיפֿער

הרבֿ פּינחס־אַליהו האָראָוויץ, אַ באַקאַנטער ווילנער רבֿ און דענקער פֿונעם סוף־18טן יאָרהונדערט, באַטאָנט אין זײַן ״ספֿר־הברית״, אַז מיר זענען אומעטום אַרומגערינגלט מיט רעזולטאַטן פֿון קאָלעקטיווער אַרבעט, אין וועלכער עס האָבן זיך באַטייליקט מענטשן פֿון פֿאַרשיידענע לענדער, פֿעלקער און תּקופֿות. ווען מיר זאָגן, אַז עמעצער האָט עפּעס דערפֿונדן, מיינט עס געוויינטלעך, אַז ער האָט צוגעטראַכט אַ חידוש אויפֿן סמך פֿון לאַנג־דורותדיקע פֿריִערדיקע פֿאָרשונגען און המצאות.

אַדאַ לאַוולייס, די ערשטע קאָמפּיוטער־פּראָגראַמיסטקע

אַדע לאַוולייס, דאָס איינציקע לעגיטימע קינד פֿונעם באַרימטן פּאָעט לאָרד בײַראָן, איז געווען די ערשטע קאָמפּיוטער־פּראָגראַמיסטקע אין דער וועלט. מיט 170 יאָר צוריק האָט זי אין אירע נאָטיצן פֿאָרויסגעזאָגט, אַז אין דער צוקונפֿט וועלן די קאָמפּיוטערס העלפֿן מענטשן נישט בלויז פֿירן חשבונות, נאָר אויך שרײַבן בריוו און שאַפֿן מוזיק. ווי אַזוי קאָן דאָס זײַן, אויב קיין קאָמפּיוטערס זענען אין איר צײַט נאָך נישט געווען?

לאַוולייס איז געווען אַ נאָענטע חבֿרטע פֿונעם געניעלן בריטישן אינזשעניר טשאַרלז בעבידזש, וועלכער האָט נאָך אינעם יאָר 1837 אויסגעאַרבעט אַ פּלאַן פֿון אַ קאָמפּיוטער. אַזוי ווי איר טאַטע, איז זי געווען אַ ראָמאַנטישע פֿרוי, וועלכע האָט זיך מיט גרויס התלהבֿות און פֿאַנטאַזיע באַצויגן צו דעם פּראָיעקט און אָנגעשריבן די ערשטע פּראָגראַמען פֿאַר דער צוקונפֿטיקער מאַשין. צוליב דעם פֿינאַנציעלן מאַנגל און באַגרענעצטער צײַט, האָט זיך בעבידזשן נישט אײַנגעגעבן צו פֿאַרווירקלעכן דעם פּלאַן. זײַן ריין־מעכאַנישע מאַשין אָן קיין עלעקטרישע עלעמענטן האָט געפֿאָדערט טויזנטער צאָנרעדער און אַנדערע דעטאַלן.

זיכער איז בעבידזש געווען באַקאַנט מיט די ווערק פֿונעם גרויסן דײַטשישן פֿילאָסאָף און מאַטעמאַטיקער גאָטפֿריד לײַבניץ. נאָך אינעם 17טן יאָרהונדערט האָט לײַבניץ געמאַכט אַ מעכאַנישן קאַלקולאַטאָר און פֿאַרלייגט טעאָרעטישע יסודות פֿאַר דער הײַנטיקער קאָמפּיוטערײַ. איינער פֿון זײַנע גרויסע חידושים איז געווען די צוויי־ווערטיקע בינאַרע סיסטעם פֿון רעכענונג. בעבעדיזש האָט זי אינגנאָרירט, נישט וויסנדיק, אַז די צוקונפֿטיקע עלעקראָנישע קאָמפּיוטערס וועלן זיך באַנוצן, אַנשטאָט די געוויינטלעכע צען ציפֿערן, דווקא מיט אַ פּשוטער סיסטעם פֿון צוויי מינים סיגנאַלן, וואָס קאָנען אָפּגעטײַטשט ווערן ווי ענטפֿערס ״יאָ״ און ״ניין״, איינס און נול – אָדער שוואַרץ און ווײַס, ווי אינעם שטריכקאָד.

לײַבניץ איז זיך מודה, אַז אַזאַ שיטה איז נישט אינגאַנצן אַן אייגענע דערפֿינדונג. בײַם אָנהייב פֿון זײַן באַשרײַבונג פֿון דער בינאַרער רעכענונג־סיסטעם, דערמאָנט ער די אוראַלטע כינעזער. ווען דער פֿראַנצויזישער מיסיאָנער־יעזויִט זשאָאַשען בוּווע, וועלכער האָט געוווינט אין כינע איז זיך אָפֿט איבערגעשריבן מיט לײַבניצן, האָט באַקענט דעם פֿילאָסאָף מיטן כינעזישן בוך ״אי צזין״, האָט לײַבניץ ווידער געלויבט די אַלט־כינעזישע חכמה און געמאַכט דערפֿון ווײַט־גייענדיקע פֿילאָסאָפֿישע און טעאָלאָגישע אויספֿירן, באַטראַכטנדיק די גאַנצע וועלט ווי אַ מין ריזיקן קאָמפּיוטער.

״אי צזין״ אָדער ״טשזשאָו אי״, ״דאָס בוך פֿון שינוים״, האָט זיך באַוויזן אין כינע מיט אַרום 3000 יאָר צוריק. די קאָמענטאַרן צום דאָזיקן קלאַסישן ווערק שילדערן די גאַנצע וועלט טאַקע אויף אַ כּמו־קאָמפּיוטערישן צוויי־ווערטיקן שטייגער. אויפֿן סמך פֿון ״איז צזין״ האָט זיך אַנטוויקלט די דיאַלעקטיק פֿון צוויי היפּוכדיקע קאָסמישע כּוחות, אין און יאַן.

דער אויפֿנעם פֿונעם וועלטאַל ווי אַ ״שוואַרצע־ווײַסע״ מאָזאַיִק פֿון היפּוכים שפּיגלט זיך אָפּ אין דער כינעזישער טיש־שפּיל גאָ, וואָס קאָן זײַן נאָך עלטער, ווי ״אי צזין״. אין מיזרח־סיביר האָט מען אַנטדעקט אַ 4000־יאָריקן אַרטעפֿאַקט, וואָס זעט אויס ווי אַ גאָ־ברעט.

די הײַנטיקע פּראָגראַמיסטן האָבן ליב גאָ פֿאַרן אוניקאַלן ״קאָמפּיוטערישן״ טעם. אין אַזאַ אַמפּלואַ טרעט די שפּיל אַרויס אין דאַרען אַראָנאָפֿסקיס טרילער־פֿילם ״פּי״, וווּ דער הויפּט־העלד, מאַקס כּהן, פּרוּווט צו געפֿינען אויף זײַן קאָמפּיוטער דעם אמתן שם־המפֿורש – דעם געהיימען געטלעכן קאָד צו די סודות פֿונעם אוניווערס. אינעם פֿילם ווערן פּסיכאָדעליש צונויפֿגעפֿלאָכן קבלה, גאָ און קאָמפּיוטער־העקערײַ.

סואַנפּאַן, די כינעזישע רעכנביינדלעך

אַן אַנדער וויכטיקע דערפֿינדונג, וואָס האָט צו טאָן מיט קאָמפּיוטערײַ, זענען די כינעזישע רעכנביינדלעך – סואַנפּאַן, באַשריבן שוין אין אַ בוך פֿונעם 2טן יאָרהונדערט. מיט דער הילף פֿון אַזאַ מכשיר קאָן מען כּפֿלען און טיילן צאָלן, ווי אויך אַפֿילו רעכענען קוואַדראַט־ און קוב־וואָרצלען. די זעלביקע רעכן־סיסטעם, ווי אינעם סואַנפּאַן, האָט מען אויסגענוצט אין דער בריטישער מיליטערישער רעכנמאַשין ״קאָלאָס״, אַ דאַנק וועלכער עס האָט זיך אײַנגעגעבן צו דעשיפֿרירן די דײַטשישע געהיימע קאָמוניקאַציע בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. פֿאַקטיש, שטעלן די רעכנביידנלעך מיט זיך פֿאָר דעם ערשטן מין קאָמפּיוטער־זכּרון, וווּ אַנשטאָט אַ מאַשין דינט אַלס ״פּראָצעסאָר״ דער מענטשלעכער מוח.

אַ טייל היסטאָריקער גלייבן, אַז די רוסישע רעכנביינדלעך שטאַמען טאַקע פֿון כינע, אימפּאָרטירט דורך די טאָטערן אינעם 14טן יאָרהונדערט. זיי קאָנען אָבער אויך זײַן אַן אָרטיקע דערפֿינדונג. פּשוטע רעכן־מכשירים מיט שטיינדלעך האָבן שוין עקזיסטירט אינעם אוראַלטן שומער, בבֿל און מצרים. אַזוי צי אַנדערש, קאָן מען אָן אַ גוזמא זאָגן, אַז אינעם ווײַטן מיזרח האָט קאָמפּיוטערײַ אינעם ברייטן היסטאָרישן זין זייער אַ לאַנגן היסטאָרישן ייִחוס.

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *