לעוו בערינסקי – דער בן־שמונים פֿונעם יונגן דור

לעוו בערינסקי – דער בן־שמונים פֿונעם יונגן דור

 

אין דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטעראַטור איז באַקאַנט דער מינהג צו באַטראַכטן באַזונדערס די אַמאָליקע קלאַסיקער און דעם ייִנגערן, נאָכמלחמהדיקן דור שרײַבער און פּאָעטן.

אין אַ גרויסער מאָס איז דער דאָזיקער מינהג פֿאַרבונדן מיטן דער שעפֿערישער טעטיקייט אַרום דעם זשורנאַל «סאָוועטיש היימלאַנד»; אינעם יאָר 1981 האָט זײַן הויפּט־רעדאַקטאָר, אַהרן ווערגעליס, אָנגעהויבן גרייטן אַ גרופּע יונגע ייִדישע אויטאָרן אינעם מאָסקווער ליטעראַרישן אינסטיטוט אויפֿן נאָמען פֿון מאַקסים גאָרקי. אין 1989 האָט «סאָוועטיש היימלאַנד» אָנגעהויבן אַרויסגעבן אַ סצעפּעיעלע יונגטלעכע בײַלאַגע, «יונגוואַלד».

די געוועזענע מיטאַרבעטער פֿונעם סאָוועטישן זשורנאַל האָבן שטאַרק משפּיע געווען אויפֿן אַלגעמיינעם מצבֿ פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין דער וועלט. ס׳האָט זיך אַרויסגעוויזן, אַז די טאַלאַנטירטע פּנים־חדשות קאָנען זיך מיט דערפֿאָלג פֿאַרמעסטן מיט די קלאַסיקער פֿון דער אונטערגעגאַנגענער פֿאַרמלחמהדיקער ייִדישער וועלט. צווישן די אָריגינעלסטע פֿרישע קולות צייכנט זיך אויס מיט זײַן אוניקאַלן סטיל דער באַקאַנטער שרײַבער און פּאָעט לעוו (לבֿ) בערינסקי. נאָך אין 1987 האָט ער פֿאָרגעלייגט ווערגעליסן צו שאַפֿן אַ ספּעציעלע יונגטלעכע בײַלאַגע אונטער זײַן אייגענער רעדאַקציע; ווערגעליס האָט דעמאָלט אָפּגעווענדט די אידיי, אָבער מיט צוויי יאָר שפּעטער זי אַליין פֿאַרווירקלעכט.

יענער «יונגער» דור פֿון די 1980ער איז אָבער מער נישט אַזוי יונג. הײַיאָר, אין אַפּריל, איז דער מחבר פֿון צענדליקער בענדער לידער, דערציילונגען און קינסטלערישע איבערזעצונגען געוואָרן אַ בן־שמונים.

לעוו בערינסקי איז געבוירן געוואָרן אינעם בעסאַראַבישן שטעטל קאַושאָן (דעמאָלט רומעניע, הײַנט מאָלדאָווע). נאָך דער מלחמה האָט ער זיך אומגעקערט פֿון עוואַקואַציע אין זײַנע היימישע מקומות, געוווינט אין מאָלדאָווע און סטאַלינאָ (איצט דאָנעצק, אוקראַיִנע), געלערנט די דײַטשישע שפּראַך און דײַטשישע ליטעראַטור אין סמאָלענסק. זײַן ערשט ליד אויף רוסיש איז דערשינען אין דער קעשענעווער צײַטונג «יונגער לענעניעץ» אין 1952, ווען ער איז געווען 14 יאָר אַלט. אין אונדזער שמועס האָט דער פּאָעט דערציילט, אַז זײַנע ערשטע געגראַמטע ווערטער האָט ער אָנגעהויבן שרײַבן, ווען ער איז געווען אַ 9־יאָריק ייִנגל.

אין 1965 – 1970 האָט ער שטודירט די קונסט פֿון פּאָעטישער איבערזעצונג אינעם זעלבן מאָסקווער אינסטיטוט, וווּ ס׳איז אים שפּעטער געווען באַשערט זיך אײַנצושליסן אין ווערגעליס׳ קורסן פֿון ייִדישע ליטעראַרטן. אין 1981, ווען זײַנע ערשטע לידער אויף מאַמע־לשון זענען דערשינען אין ״סאָוועטיש היימלאַנד״, איז ער געוואָרן אַ שטענדיקער מחבר פֿונעם זשורנאַל.

אין 1990 האָבן באָריס סאַנדלער און אַלכּסנדר בראָדסקי – צוויי אַנדערע תּלמידים פֿון דער זעלבער מאָסקווער שרײַבער־גרופּע – געגרינדעט אין קעשענעוו די צײַטונג ״אונדזער קול״, וווּ בערינסקי האָט געפֿירט אַ שטענדיקע רובריק, אונטערן פּסעוודאָנים אי. דיטעוו. אינעם גורלדיקן יאָר 1991, ווען דער ראַטן־פֿאַרבאַנד איז זיך פֿאַנאַנדערגעפֿאַלן און ״סאָוועטיש היימלאַנד״ האָט זיך פֿאַרמאַכט, איז דער פּאָעט אַוועקגעפֿאָרן קיין ארץ־ישׂראל. הײַנט וווינט ער אין עכּו.

באַלד נאָכן אָנקומען אינעם נײַעם לאַנד האָט בערינסקי אָנטיילגענומען אינעם גרינדן דעם ליטעראַרישן זשורנאַל ״נײַע וועגן״. פֿאַר זײַנע ווערק אויף ייִדיש האָט ער באַקומען אַ גאַנצע ריי פּרעסטיזשפֿולע פּריזן. דעם רוסישן לייענער בלײַבט ער אָבער, מסתּמא, צום מערסטן באַקאַנטן ווי אַ מײַסטערישער איבערזעצער.

זײַן איבערזעצערישע טעטיקייט איז פֿאַרבונדן מיט אַן אַנדער וויכטיקן יוביליי: 30 יאָר צוריק, אין 1989, האָט דער סאָוועטישער זשורנאַל ״אויסלענדישע ליטעראַטור״ פּובליקירט קורצע דערציילונגען פֿון יצחק באַשעוויסן – אַ דאַנק בערינסקיס איבערזעצונג האָט דער עולם אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד זיך צום ערשטן מאָל באַקענט מיט די ווערק פֿונעם גרויסן ייִדישן שרײַבער. אין ״סעוועטיש היימלאַנד״ האָט מען באַשעוויסן קיינמאָל נישט געדרוקט – מע דערציילט, אַז ווערגעליסן זענען זײַנע ווערק נישט געפֿעלן געוואָרן.

אין מײַנע שול־יאָרן פֿלעג איך פֿאַרברענגען אַ סך צײַט אין דער ראַיאָן־ביבליאָטעק. מיט אַ באַזונדערס גרויסער הנאָה האָב איך ליב געהאַט צו לייענען איבערזעצונגען פֿון אַנדערע שפּראַכן און וויסנשאַפֿטלעכע פֿאַנטאַסטיק. דער פּאָפּולערער זשורנאַל «אויסלענדישע ליטעראַרטור» איז געווען פֿאַר מיר ווי אַ מין פּאָרטאַל אין אַנדערע וועלטן – עכטע, נישט אויסגעטראַכטע. אַ דאַנק באַשעוויסן, האָב איך צום ערשטן מאָל דערשפּירט די מיסטישע אַטמאָספֿער פֿון דער חסידישער וועלט, מיט אירע שדים, ווילדע יצר־הרעות, קבלה־סודות און פֿאָלקס־מעשׂיות. צום מערסטן איז מיר געפֿעלן געוואָרן די ראָמאַנטישע דערציילונג «יחיד און יחידה».

מיט יאָרן שפּעטער, ווען איך האָב זיך גאַנץ גוט באַקענט לעבן פֿון די עכטע ייִדיש־רעדנדיקע חסידים אין אַמעריקע און איבערגעלייענט באַשעוויסן אויף ייִדיש, האָב איך פֿאַרשטאַנען, אַז פֿאַרן אויטענטישן ייִדישן חן פֿון דער לעבעדיקער רוסישער ווערסיע דאַרף מען באַדאַנקען דעם איבערזעצער. שפּעטער האָבן זיך באַוויזן אויף רוסיש אַ ריי אַנדערע איבערזעצונגען פֿונעם נאָבעל־לאַורעאַט, וועלכע האָבן נישט געהאַט דעם זעלבן צויבערדיקן טעם און געקלונגען אומגעלומפּערט.

פֿאַנטאַסטיש אָדער רעאַליסטיש?

ווי אַ ליבהאָבער פֿון פֿאַנטאַסטיק, האָב איך תּיכף ליב געקראָגן בערינסקיס לידער אויף ייִדיש, ווען איך האָב זיך מיט זיי צום ערשטן מאָל באַקענט: פּלאַנעטן און מאַטעמאַטישע פֿאָרמולעס, מוזיק און מלאָכים, «נחס טויביכע יונה» און ראַקעטן, ליכט־יאָרן און «אַנאַליז־פּראָצעס־עמיספֿערע» (האַלב־ספֿערע אויף רומעניש) – אַלץ ווערט וווּנדערלעך צונויפֿגעפֿלאָכטן אין דיכטערישע אימאַזשן. אַן עכטער פֿוטוריזם, וואָס דערמאָנט אין וועלימיר כלעבניקאָווס כּמו־מאַטעמאַטיקע עקספּערימענטן מיט פּאָעזיע, און פּאָעטישע – מיט כּמו־מאַטעמאַטיק.

אינעם שמועס מיט «ביראָבידזשאַנער שטערן» האָט דער דיכטער באַטאָנט, אַז ער האַלט זיך נישט פֿאַר אַ פֿוטוריסט, הגם אין זײַן יוגנט, ווען ער איז געווען אַ 16־18־יאָריקער בחור, האָט ער טאַקע געפֿאָלגט די רוסישע פּאָעטן־פֿוטוריסטן. מסתּמא, דערקלערט ער, האָט ער עס געטאָן אויף צו להכעיס: פֿוטוריזם האָט מען דאָך דעמאָלט פֿאַרדאַמט ווי אַ «שעדלעכן», «אַנטי־קולטורעלן» און «אַנטי־פֿאָלקישן» סטיל.

בערינסקי האָט צוגעגעבן, אַז אים גייט בכלל נישט אָן, ווי אַזוי מע וועט קלאַסיפֿיצירן זײַנע ווערק. וואָס שייך סוררעאַליזם, איז אים דווקא נאָענט די סוררעאַליסטישע עסטעטיק. “איך בין חושד, אַז עפּעס דערפֿון האָט אָנגעהויבן אַרײַנדרינגען אין מײַן רוסישער פּאָעזיע בערך אין סוף־1970ער, און אין מײַנע ייִדישע טעקסטן – זינט די 1980ער».

ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז וואַלערי דימשיץ, אַ באַקאַנטער פּעטערבורגער קענער און שעצער פֿון ייִדישער ליטעראַטור, באַטראַכט בערינסקיס ייִדישע ווערק ווי «פּאָסטפֿוטוריסטישע», עטוואָס נאָענט צום אַמעריקאַנער פּאָעטישן אַוואַנגאַרד. בערינסקיס פֿרייִקע רוסישע לידער פֿאַרגלײַכט דימשיץ מיט די פֿריִיִקע ווערק פֿונעם נישט לאַנג צוריק פֿאַרשטאָרבענעם רוסישן דיכטער וויקטאָר סאָסנאָרע. ביידע פּאָעטן האָבן גובֿר געווען, אויף פֿאַרשיידענע אופֿנים, די גרענעצן פֿון דער «נאָרמאַלער» סאָוועטישער דיכטונג. ווען בערינסקי האָט אָנגעהויבן שרײַבן אויף ייִדיש, האָט ער זיך דערנעענטערט, לויט דימשיצס מיינונג, צו דער הײַנטצײַטיקער מערבֿ־אייראָפּעיִשער פּאָעזיע.

בערינסקי קען אַ גאַנצע ריי שפּראַכן און לעבט אין אַ פֿילשפּראַכיקער וועלט, וווּ דער רומענער מירטשאַ דינעסקו, די דײַטשקע סאַרע קירש אָדער דער העברעיִשער פּאָעט יהודה עמיחי הייבן אָן רעדן אויף ייִדיש צי אויף רוסיש. בערינסקי האָט איבערגעגעבן אונדזער צײַטונג, אַז אין דער רוסישער פּאָעזיע האָט ער שטאַרק ליב טיוטשעוו, שעוויריאָוו, מאַיאַקאָווסקי, פּאַסטערנאַק, טשיטשיבאַבין, פּאַרשטשיקאָוו, פֿון די ייִדישע – סוצקעווער און מאַנגער, פֿון די לאַטײַנישע – קאַטול, פֿון די גריכישע – סאַפֿאָ, פֿון די שפּאַנישע – כואַנע דע לאַ קרוס, פֿון די פֿראַנצויזישע – רעמבאָ, פֿון די רומענישע – אַ גוטן צענדליק…

מע קאָן זאָגן, אַז בערינסקיס רוסישע לידער קלינגען, בדרך־כּלל, טאַקע מער קאָנסערוואַטיוו אין פֿאַרגלײַך מיטן בפֿירוש אַוואַנגאַרדיסטישן סטיל פֿון זײַנע ווערק אויף ייִדיש. צום בײַשפּיל, זענען אין 1996 דערשינען צוויי זײַנע פּאָעטישע זאַמלונגען: «פֿישפֿאַנג אין ווענעציע” אויף ייִדיש און «דער טויט פֿון אַ ווינטמיל” אויף רוסיש. דאָס רוסישע בוך שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ ציקל סאָנעטן מיט אַ פֿילאָסאָפֿיש־מעלאַנכאָלישן אָדער סתּם לירישן טעם – נאָוואַטאָרישע, נאָר אויסגעהאַלטענע אויפֿן סמך פֿון סאָנעטן־פֿאָרמעס (די פֿאָלגנדיקע שורות איבערגעזעצט דורכן מחבר פֿונעם אַרטיקל):

ווי באַלד אין וועלט געוואָרן העלער, אין קרוינען שײַנט דער פֿייגל־גוואַלד,

און שטראַלן דרײַ – אַ פֿײַער־סטעלע, דער הימל בלויט – אַ צירק־געשטאַלט.

 

אַ פֿאָרשקע גיט בײַם קוואַל דאָס פֿערד, לויפֿט נאָכן ביציקל אין וואַלד

דער הונט: אַ יאָזשיק זיך באַהאַלט – בײַם קוסט גיט זיך אַ דריי אויף דר׳ערד.

 

מיט לאַפּקעס, פֿעדערן און פּלייצעס זיך שפּאַנען אײַן אין אַרבעט־לייצעס

דער ביבער, סויקע און דער מענטש – הבֿל־הבֿלים, אַלטער ווײַן!

 

די סאָווע, האַלבנאַכטישע נפֿקה, גייט שלאָפֿן… דער פֿרימאָרגן דווקא

בליצט און צעהיצט מיט דורשט די שײַן!

להיפּוך, איז «פֿישפֿאַנג אין ווענעציע» אַ זעלטענער אוצר פֿון שפּראַך־, ריטעם־ און באַדײַט־עקספּערימענטן. אַ גרויסע ראָלע שפּילן אינעם בוך אַלערליי מינים וויזועלע פּאָעזיע, וווּ די בונטע פּאָעטישע מאַטעריע ווערט אויסגעוועבט פֿון קרישטלעך פֿאַרשיידענע שפּראַכן און דיאַלעקטן, אותיות, ציפֿערן און פֿיגורן. אָט איז זײַנע אַ ליד, זייער אַ קורצע, מיטן נאָמען «פֿילאָסאָפֿיע”:

ווי אַן אָלטן שקראָב אָב עך אומגעשטעקט איין מול מאַן לאַב –

אין דאָס גאָנצע לייבן זיך עך דעם אָנדערן שקראָב.

זײַן היימיש בעסאַראַביש «טאָטע־מאָמע־לשון» פֿאַרשרײַבט דער פּאָעט דווקא פֿאָנעטיש; פֿאַר אַ ליטוואַק אָדער אַ סטודענט, וואָס האָט אין זײַן קלאַס געהערט בלויז דעם קינסטלעכן ייִוואָ־ייִדיש, קאָן עס אויסזען רעטענישפֿול, כּמעט ווי אַן אַנדער לשון. אויפֿן אמתן, איז עס דאָך אַן עכטער, לעבעדיקער ייִדיש!

דער פּאָעט באַטאָנט, אַז זײַן לײַב איז אַ שקראַב, אַן אויסגעטראָגענער שוך. וווּ נעמט מען אָבער אַן אַנדער «שקראַב»? מע מוז אָפּשאַצן דעם אייביקן נע־ונד אינעם גלות פֿון פֿאַרשיידענע שפּראַכן און עק־וועלטן.
דער סיכסוך און אויסמיש פֿון דיאַלעקטן און סטילן גיסט זיך צומאָל אַרויס אין אויסטערלישע סיכסוכים און מיספֿאַרשטייענישן. אַ גאַנצן בוקעט לידער האָט בערינסקי געווידמעט אַ געוויסער געליבטער פֿרוי, סוועטלאַנע. דער פּאָעט האָט דערציילט אונדזער צײַטונג, אַז בוזי מילער, אַ באַוווּסטער ביראָבידזשאַנער דיכטער, האָט אַמאָל אָנגעשריבן אַן אָנקלאָג אין דער רעדאַקציע פֿון «סאָוועטיש היימלאַנד» אונטערן פּסעוודאָנים «ד. ריטער”, וווּ ער טענהט, אַז בערינסקי «האָט ליב קאָקעטיר צו טאָן מיטן מאָלדאַווישן ייִדישן דיאַלעקט» און דערצו »טוט אײַך דער מחבר אַ גלעט איבערן קאָפּ מיט אַ ראָזעווען קאַטאַקליזם».

«די ייִדישע סאָוועטישע פּאָעזיע, טרוי צו די טראַדיציעס פֿון אירע גרויסע אָנהייבער, ווי די גאנצע סאָוועטישע פּאָעזיע, האַלט ניט פֿון קיין קאַטאַקליזמען, בפֿרט אַזעלכע, וואָס די שׂונאים פֿון שלום ווילן ברענגען מיט זייערע נוקלעאַרע אויפֿרײַסן און שטערן־מלחמות. ניין, מיר דאַרפֿן ניט קיין קאַטאַקליזמען, אַפֿילו קיין ראָזעווע”.

שטערן־מלחמות, האַ? ווי געזאָגט, האָט בערינסקיס דיכטונג אָפֿט טאַקע אַ פֿאַנטאַסטישן טעם. פֿונדעסטוועגן, האָט מיר דער פּאָעט געענטפֿערט, אַז ער האַלט נישט זיך, נישט באַשעוויסן אָדער שאַגאַלן פֿאַר פֿאַנטאַסטן. «זיי זענען די סאַמע וואָרצל־פֿרוכטיקע רעאַליסטן”. לויט בערינסקין, שילדערט באַשעוויס זײַן סוררעאַליסטישע וועלט ווי אַ פּרי פֿון עכטע אײַנגעבוירענע דמיונות, פֿון זײַן אייגענער רעאַליטעט.

אין דער תּורה, האָט בערינסקי מסביר געווען, זענען פֿאַראַן צוויי פֿאַרשיידענע ווערטער, וואָס מיינען «אַ שאַפֿונג” — עשׂיה און בריאה. מע קאָן זיך אויסלערנען צו מאַכן מײַסטערישע ווערק פֿון געוויסע מאַטעריאַלן. עס שטייט אָבער געשריבן, אַז דער רבונו־של־עולם האָט באַשאַפֿן — «ברא” — די גאַנצע וועלט פֿון גאָרנישט, אויף אַ «פֿאַנטאַסטישן” אופֿן. די עכטע פּאָעזיע פֿאָדערט, אַחוץ מאַטעריאַלן און ידיעות, אַן אײַנגעבוירענעם כּוח, די פֿעיִקייט צו ווערן אַ «בורא”. עס באַקומט זיך, אַז צו זײַן אַ רעאַליסט מיינט פֿאַר אַן אמתן דיכטער די מסוגלדיקייט צו באַשאַפֿן עפּעס אומגעוויינטלעכס.
פֿאַנטאַסטיש צי נישט, קומט אין דער זאַמלונג, למשל, גלײַך נאָך «פֿילאָסאָפֿיע» אַ טיפּיש ליד בנוסח בערינסקי, געווידמעט דער וויסנשאַפֿטלעכער טעאָריע וועגן «כוואַליעוודיקייט פֿון דער שיינער נאַטור», מיט אַ וווּנדערלעכן דמינונות־קאַליידאָסקאָפּ:

און די טעלערס אין הימל, וואָס פֿליִען און רייצן די גאָנערס, און – אַך,

די פֿאַרזונקענע דראָטן איבערן סטעפּ און דער מילכוועג בײַנאַכט

(פֿול מיט זילבערנע פֿיש) – אַלצדינג קרײַזלט זיך, שלענגלט זיך, זינגט.

און העיקר – די מלכּות! וואַסערמיידלעך, די גרינע רוסאַלקעס

מיט זעקס־זיבן כוואַליעס בײַם לײַב און מיט קודלעס ווי מאָך

אויף די הייסע אוקראַיִנישע ברעגן, אויף די סקאַנדינאַווישע זאַמדן,

אויף די שטיינער לאָך־נעס מיטן אמתן נס אינעם לאָך.

דער פּאָעט האָט איבערגעגעבן, אַז ער גרייט איצט און האָפֿט אינגיכן אַרויסצוגעבן אַ גרויסע זאַמלונג פֿון כּמעט אַלע זײַנע פּאָעטישע ווערק אויף רוסיש. לויטן פּלאַן, וועט עס באַטערפֿן בערך 700 זײַטן און וועט באַשטיין פֿון צוויי בענדער: די רוסישע לידער און די אויטאָרישע איבערזעצונגען פֿון זײַן דיכטונג אויף ייִדיש. בײַ 11 יאָר האָט ער שוין אָנגעשריבן אַ ליד, וואָס ער קלײַבט זיך אויסצונוצן ווי אַ מין עפּיגראַף צו זײַן פּלאַנירטער אַרומנעמיקער אויסגאַבע

אין ביראָבידזשאַן איז בערינקסקי דערווײַל נישט געווען, נאָר וואָלט מיט פֿאַרגעניגן געוואָלט באַזוכן די שטאָט. אין פּרקי־אָבֿות שטייט געשריבן: «בן־שמונים לגבֿורה” – ווען מע ווערט אַכציק יאָר אַלט, איז עס אַ סימן פֿון שטאַרקייט. לאָמיר ווינטשן דעם פּאָעט, בלי עין־הרע, נאָך אַ סך געזונטע שעפֿערישע יאָרן און יוגנטלעך־פֿרישע כּוחות ביז הונדערט און צוואָנציק!

פֿון יואל מאַטוועיעוו

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *