נאָר ס׳מאָדנע קלאַפּט און רופֿט אין וועגן

נאָר ס׳מאָדנע קלאַפּט און רופֿט אין וועגן

 

ניט פֿאַר הימלישן גענאָד –

פֿאַרן אמת גיב זיך אָפּ

מיר, חבֿרים, אינעם לעבן

נאָר מיט אמת גייען גראָד!

(ניקאָלײַ דאָבראָנראַוואָוו)

– וועגן דעם שניי־מענטש האָבן מיר שוין צוויי מאָל געשריבן…

– דרײַ מאָל! און דו געדענקסט, ווען אין דער רעדאַקציע איז געקומען יענע משוגענע פֿרוי, אַ הויכע אַזאַ, מיט אַ מאָדנע פּנים, און האָט אָנגעהויבן טענהן, אַז מיר מאַכן חוזק פֿון איר מאַן?

סערגיי באָרטקאָוו און וולאַד טינגעיעוו האָבן געאַרבעט אין דער צײַטונג «אינדוסטריעלער נעריונגרי». פֿאַקטיש, האָבן זיי מיט זיך פֿאָרגעשטעלט די גאַנצע רעדאַקציע פֿון דער קליינער אויסגאַבע און רעדאַגירט איינער דעם צווייטן. זיצנדיק בײַם אַלטן סאָוועטישן שרײַבטיש, האָבן זיי זיך געבראָכן דעם מוח איבערן נײַעם מאַטעריאַל.

– יאַקוטישע שאַמאַנען־עקסטראַסענסן?

– וויפֿל קאָן מען נאָך שרײַבן וועגן זיי?

– אַ רעדנדיקער קאָטער?..

סערגיי האָט אויסגעקלאַפּט מיט אַ פּען אין טיש אַ באַקאַנטע מעלאָדיע פֿון דער גרופּע «ליובע» : «אַטאַס, אויף שׂימחות גיי, אַרבעטער־קלאַס!»

– אַהאַ… «גייט טאַנצן ייִנגעלעך, האָט ליב די מיידעלעך»… איז וואָס זשע וועלן מיר שרײַבן?

וולאַדן איז אײַנגעפֿאַלן אַ געדאַנק. אויבן אויפֿן ביכערשראַנק איז געלעגן דער גרויסער נאַציאָנאַלער אַטלאַס פֿון רוסלאַנד. וולאַד האָט אַרויסגענומען דעם שווערן בוך און אָנגעהויבן איבערקוקן די רשימה פֿון ייִשובֿים. איין נאָמען איז אים באַלד געפֿעלן געוואָרן: אַמורזעט. ער האָט עס אָפּגעפֿונען אויף דער מאַפּע און אַ זוך געגעבן אין דער אינטערנעץ אויף זײַן טעלעפֿאָן. נישקשה. עק וועלט, בײַ דער כינעזישער גרענעץ…

– לאָמיר גיין צו דעם קאָמפּיוטער.

די זשורנאַליסטן זענען אַרײַן אינעם צווייטן צימער, וווּ בײַ זיי איז געשטאַנען אַ קאָמפּיוטער־טיש, באַוואָרפֿן מיט כלאַם: אַלטע פֿאַרפֿלעקטע נומערן פֿון צײַטונגען, צעקראַצטע קאָמפּאַקט־דיסקן, אַ וואַזע מיט אַ פֿאָנעלע פֿון דער רעפּובליק סאַכאַ, צוויי שמוציקע קאַווע־טשאַשקעס, געשטעלט אויף אַ פֿרישן עקזעמפּלאַר פֿון «פּלייבוי».

וולאַד האָט געקענט גיכער קלאַפּן אויף דער קלאַוויאַטור, דערפֿאַר האָט סערגיי אים דיקטירט דעם טעקסט: ״צוויי תּושבֿים פֿון דער ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט, וועלכע האָבן געבעטן נישט מפֿרסם זײַן זייערע נעמען, האָבן איבערגעגעבן, אַז דעם 23סטן פֿעווראַל, אַרום 4 אַזייגער בײַנאַכט, האָט זיך איבערן ייִשובֿ אַמורזעט באַוויזן אַן אומדערקענטער פֿליִענדיקער אָביעקט, וועלכער האָט אויסגעזען ווי אַ טעלער אַן ערך 5 מעטער אין דיאַמעטער. דער אָביעקט איז געהאַנגען איבערן דאָרף עטלעכע מינוט און דערנאָך גיך אַוועקגעפֿלויגן אויף יענער זײַט פֿונעם אַמור.

די רעדאַקציע האָט זיך פֿאַרבונדן מיטן אָרטיקן גרענעץ־פּאַטרול און באַשטעטיקט די אינפֿאָרמאַציע. איינער פֿון די עדות־זאָגערס האָט דערציילט, אַז ווען דער פֿליִענדיקער טעלער האָט געשוועבט איבער זײַן שטוב, האָבן זיך בײַ אים אָפּגעשטעלט אַלע זייגערס און עס האָט זיך פֿאַרלאָשן דאָס ליכט״.

– נישט שלעכט, האַ?

סערגיי האָט זיך אָנגעגאָסן אַ קעלישעק בראָנפֿן פֿונעם גראַפֿין, אויסגעטרונקען און פֿאַרביסן מיט אַן אוגערקע.

– און דיר טאָר מען ניט, ביסט דאָך אַ יאַקוט.

וולאַד האָט זיך אַ ביסל באַליידיקט און אָנגעגאָסן זיך אַליין.

– אַגבֿ, וואָס שײַך יענער פֿרוי, – האָט ווײַטער געפֿירט זײַן שמועס סערגיי, – איז זי מיר דווקא געפֿעלן. ס׳האָט זיך בײַ מיר מיט איר פֿאַרקניפּט אַ לאַנגער שמועס און איך האָב זי פֿאַרבעטן אויף אַ וועטשערע אין אַ רעסטאָראַן. טאַקע אַ ביסל אַ צעדרייטע. נאָך צוויי גלעזער ווײַן האָט זי מיר געזאָגט, אַז זי קען ייִדיש, כאָטש זי זעט נישט אויס ווי אַ ייִדישקע, און אַז זי האָט אויסגעלערנט די שפּראַך אין איין טאָג. אַזאַ הויכע, צוויי מעטער… מיט אַ סימפּאַטיש אינטערעסאַנט פּנים און קוטשעראַווע האָר, ווי בײַ אַן אַפֿריקאַנקע…

– האָסט מיט איר געטרונקען ווײַן?!

– קאָניאַק, – האָט סערגיי זיך מודה געווען מיט אַ באַשיידענעם פֿאַרטרוימטן טאָן.

2

נאָר אָן קיין בליק אַוועקגעריטן

קאַזאַק אַ וווילער ביסט גענוי…

ווי ביסט געווען, אַזאַ ביסטו געבליבן,

נאָר דו ביסט טײַער מיר אַזוי.

(מיכאַיִל איסאַקאָווסקי)

– אָט, די ערשטע ווינטערדיקע אָפּיאַטאַ*!

באָריע האָט אָנגעוויזן אויף אַ גרויסן קאָרטש, באַוואַקסן פֿון אַלע זײַטן מיט ברוינלעך־אָראַנזשעווע שוועמלעך. ער האָט זיי פֿלינק אָפּגעשניטן מיט אַ יעגערישן מעסער און אַוועקגעלייגט אינעם עמער.

– און אָט דאָרט נאָך! – האָט זיך אָפּגערופֿן סטאַס, אָנווײַזנדיק אויף אַן אַנדער, נאָך גרעסערן קאָרטש.

באָריס גרוזמאַנס זיידע, עליו־השלום, איז אָנגעקומען פֿון אוקראַיִנע אינעם ביראָבידזשאַנער ראַיאָן נאָך אין די 1930ער יאָרן, צו אַרבעטן ווי אַ קאָלווירטניק אין אַמורזעט. סטאַניסלאַוו סעליוואַנאָווס משפּחה האָט אויך געשטאַמט פֿון מיזרח־אוקראַיִנע, און זײַן ביראָבידזשאַנער ייִחוס איז געווען נאָך חשובֿער. זײַן עלטערזיידע, אַ קאַזאַק, לעילוי נשמתו למלכות שמים**, איז אָנגעקומען אויף דער סטאַנציע טיכאָנקע און זיך באַזעצט מיט זײַן משפּחה אין דער סטאַניצע יעקאַטערינאָ־ניקאָלסקאַיאַ נאָך פֿאַר דער רעוואָלוציע.

כאָטש מאַרט איז נישט אַ שוואָמען־סעזאָן, האָבן באָריע מיט סטאַסן געבלאָנדזשעט יעדן פֿרילינג אין דער טײַגע, ווען דער שניי הייבט אָן צעגיין און די געהיימנישפֿולע ווינטערדיקע שוועמלעך, וואָס וואַקסן אַפֿילו אין יאַנואַר, קוקן אַרויס פֿון די קאָרטשעס.

ווײַטער, הינטער די הויכע סאָסנעס, האָט עפּעס מאָדנע אַ בלאַנק געטאָן. אינמיטן אַ לאָנקע, צווישן אָפּגעברענטע ביימער, איז געשטאַנען עפּעס אַן אײַזערנע קאָנסטרוקציע, וואָס האָט דערמאָנט דעם אַפּאַראַט, אויף וועלכן גאַגאַרין האָט זיך אומגעקערט אויף דער ערד. די קאָנסטרוקציע איז אָבער געווען עטלעכע מאָל גרעסער און געהאַט אַ לענגלעכע אָוואַל־פֿאָרעם. סטאַס האָט געזען גאַגאַרינס אָריגינעלן לאַנדונג־אַפּאַראַט אין מאָסקווע.

סטאַסן איז עפּעס סומנע געוואָרן אויפֿן האַרצן. ער האָט אַ קוק געטאָן אויפֿן קאָמפּאַס. דאָס ווײַזערל האָט זיך געדרייט און געריסן אין אַלע זײַטן. ער האָט אויסגענומען דעם טעלעפֿאָן. פֿאַרלאָשן, כאָטש פֿאַרן שפּאַציר אין דער טײַגע האָט ער אויף הונדערט פּראָצענט אָנגעלאָדן דעם אַקומולאַטאָר.

– באָריע, דײַן טעלעפֿאָן אַרבעט? מײַן קאָמפּאַס איז משוגע געוואָרן, מע דאַרף אַ נאַוויגאַטאָר.

באָריס גרוזמאַן האָט פּלוצעם דערשפּירט אַן עלעקטריש קיצלעניש אינעם גאַנצן גוף. זײַן טעלעפֿאָן האָט אויך נישט געאַרבעט. פֿאָרזיכטיק, האָבן די שוואָמען־קלײַבער זיך דערנעענטערט צום מיסטעריעזן אַפּאַראַט.

– עס שטייט געשריבן אויף כינעזיש! – האָט זיך באַרויִקט סטאַס. – מסתּמא, איינע פֿון זייערע דורכגעפֿאַלענע קאָסמאָס־פּראָבעס איז דאָ געפֿאַלן, און זיי האָבן זיך געשעמט צו בעטן די רוסישע רעגירונג זי אָפּצוגעפֿינען.

– סטאַס, לאָמיר גיין וואָס שנעלער אַוועק פֿונדאַנען. דאָ קען זײַן ראַדיאַציע און גיי ווייס וואָס נאָך.

זיך אָריענטירנדיק נאָך דער זון, האָבן די שוואָמען־קלײַבער זיך גיך רעטירט.

– באָריע, ווי זאָגט מען בײַ אײַך, בײַ ייִדן, אַ «בעלקע»?

קיין גרויסער קענער פֿון ייִדיש איז באָריס נישט געווען. האָט ער אָנגעשרענגט זײַן זכּרון.

– דאַכט זיך, אַ וועווריק.

– נישט דאָס מיין איך…

באָריס האָט זיך פֿאַרטראַכט.

– דעליריום טרעמענס!

– אָ, דאָס קלינגט כּמעט ווי לאַטײַן!

3

וואָס זאָג איך אײַך, וואָס זאָג איך אײַך,

דער מענטש איז אַזאַ בריאה,

זיי ווילן וויסן, וויסן גלײַך,

אַלץ וואָס וועט זײַן פֿון פֿריִער.

(לעאָניד דערבענעוו)

אַ יונג פּאָרל איז געבליבן נאָך דער אַרבעט אינעם אָפֿיס און געפֿירט גאָר אַן ערנסטן שמועס.

– מישע, געדענקסטו דעם פֿילם «אוניקום»?

– ניין.

– ס׳איז אַ קאָמעדיע פֿון די פּערעסטרויקע־יאָרן. איינער אַ סאָוועטישער פּראָגראַמיסט האָט זיך אַזוי פֿאַרמאַטערט אויף דער אַרבעט, אַז ער האָט אָנגעהויבן היפּנאָטיש פּראָיעצירן זײַנע חלומות אויף אַנדערע מענטשן.

– דאַכט זיך, דערמאָן איך זיך עפּעס.

– דו ביסט אויך אַ פּראָגראַמיסט. אייערנעכטן האָסטו מיר דערציילט, אַז דו האָסט געזען אַ מאָדנעם חלום מיט אַ פֿליִענדיקן טעלער איבער אַמורזעט און צוויי מענטשן, וואָס האָבן זיך פֿאַרבלאָנדזשעט אין וואַלד און אַנטדעקט עפּעס אַ קאָסמישן אַפּאַראַט. שטעלט זיך פֿאָר, נעכטן האָב איך געזען ממש דעם זעלבן חלום!

– איז וואָס זשע? איך האָב דיר דערציילט מײַן חלום אייערנעכטן, און דו האָסט עס נעכטן געזען. איך בין נישט אַ טעלעפּאַט, מאַשע. לאָמיר גיין צו מיר?

– מישע, וואָס זשע וועט זײַן מיט אונדז?

– וואָס מיינסטו?

– מײַן מאַן האָט מיר הײַנט אָנגעקלונגען און איבערגעגעבן, אַז מאָרגן קומט ער שוין צוריק פֿון זײַן קאָמאַנדיראָווקע!

4

נאָר ס׳מאָדנע קלאַפּט און רופֿט אין וועגן

אפֿשר נ׳האַרצן און אפֿשר אין טיר,

און דאַן בײַם שוועל וועל איך אַ קוק טאָן אַנטקעגן

וועל איך זאָגן נאָר איין וואָרט: גלייב מיר.

(וויקטאָר צוי)

אַן אויסערגעוויינטלעך הויכע פֿרוי, איבער 2 מעטער, איז געגאַנגען איבער דער טײַגע, אָנגעטאָן אין הויכע יעגערישע שטיוול, אַ מיליטערישן קאָמבינעזאָן און אַ קעפּקע פֿונעם כאַקי־קאָליר. זי איז צוגעקומען צום אַפּאַראַט, וועלכן איר מאַן האָט צוגעגנבֿעט אויפֿן כינעזישן קאָסמאָדראָם, און אַ שטאַרקן קלאַפּ געגעבן אין דער וואַנט. עס האָט זיך געעפֿנט אַ טירל, און די פֿרוי איז אַהין אַרײַנגעקראָכן.

צווישן אַ גאַנצן לאַבירינט פֿון פֿאַרשיידענע חפֿצים האָט איר מאַן הילכיק געכראָפּעט אויף אַ צעלייגבעטל.

– מאָגיען, וועקט זיך אויף! גענוג שלאָפֿן!

דער מאַן האָט ווײַטער געכראָפּעט. די פֿרוי האָט אים אַ פּאַטש געגעבן אין פּנים – נישט געפּועלט. אויפֿגעבראַכט, האָט זי זיך געגעבן אַן עצה, הגם אין דער שמאָלער קאַפּסולע האָט זי קוים געקענט זיך רירן, און געגעבן אים אַ בריקע מיט איר שטיוול צווישן די פֿיס.

דער מאַן איז אַרויפֿגעשפּרונגען, אָפּגעווישט זײַנע אויגן און אָנקוקט אויף איר.

– סעמלי?? וואָס האָסטו מיט זיך געטאָן? זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ זשאַבע?

– ווי אַזוי זשע זאָל איך אַרומגיין אויף דער גאַס? זיך אַרומגנבֿענען שפּעט בײַנאַכט, ווי דו, אויסמעקנדיק מײַן שיין פּנימל פֿון יעדן פֿאַרבײַגייערס זכּרון? דו ווייסט ניט, אין וויפֿל סאַלאָנען כ׳האָב אָנגעקלונגען! יעדער האָט מיט געלעכטער אָפּגעהאַקט דעם טעלעפֿאָן. אַ שניי־פֿרוי וויל מאַכן אַן עפּילאַציע, אַהאַ!

סוף־כּל־סוף, האָב איך געפֿונען אַ שטיל אָרט אין נעריונגרי, בײַם ראַנד פֿון דער שטאָט, זיך אַרײַנגעגנבֿעט אַהין אין אָוונט און אַלעמען דאָרטן היפּנאָטיזירט. נאָך דער לאַזער־עפּילאַציע קאָן איך פֿרײַ לעבן צווישן זיי. אין «עף־עם־עס» האָט זיך מיר אַפֿילו אײַנגעגעבן צו באַקומען געהעריקע דאָקומענטן מיט אַ רעגיסטראַציע. איך דינג איצט אַ נאָרמאַלע דירה, אַנשטאָט יענער געפֿערלעך קאַלטער הייל אינמיטן דעם וואַלד.

– און דו ווייסט, וואָס דו האָסט אָפּגעטאָן, ווען דו ביסט געשלאָפֿן דרײַ חדשים ווי אַ בער אין דײַן כינעזישער כרענאָווינע? – האָט סעמלי ווײַטער געטאַדלט איר מאַן. – צוליב דײַנע חלומות שרײַבט מען שוין אין די צײַטונגען ווילדע נאַרישקייטן וועגן אונדז.

צוויי שיכּורים האָסטו אַהער צוגעצויגן. כ׳האָב אַפֿילו אין יאַקוטיע דערשפּירט זייער פּחד, ווען זיי האָבן אַנדעקט דײַן בערלאָגע. ווײַזט אויס, באַזונדערס סענסיטיוו זענען זיי צו דײַן טעלעפּאַטיע, ווען זיי זענען בגילופֿין. אַ מזל, אַז דײַן האַלב־צעבראָכענער קוואַנט־גענעראַטאָר האָט זיכער פֿאַרפּלאָנטערט אַלע זייערע אָריענטירן און זיי וועלן דיך מער נישט געפֿינען.

און אין מעקסיקע, שטעלט זיך פֿאָר, שרײַבט מען נאָך ערגער, אַז מיר קאַליעטשען דאָרטן זייערע קי! ווי אַזוי האָט דײַן פֿאַרשלאָפֿענער בערישער קאָפּ זיך דערקליבן ביז מעקסיקע?!

– סעמלי, הערט זיך צו. דו געדענקסט נאָך די שפּראַך, וואָס איך האָב מיט דיר אויסגעלערנט?

– ייִדיש? אַוודאי! עס געפֿעלט מיר זייער, כאָטש נאָך דײַן באַרבאַרישן טעלעפּאַטישן סעאַנס האָב איך זיך אַ גאַנצע וואָך געמוטשעט פֿון מיגרען. די אָרטיקע מעדיקאַמענטן טויגן דאָך אויף כּפּרות.

– זײַ מיר מוחל. גיב אַ קוק. דאָ, אין דער געגנט, האָב איך אָנגעזאַמלט עטלעכע פּעקלעך זייער שיינע ייִדישע ביכער. פֿאַרן שלאָפֿן, האָב איך איבערגעלייענט עטלעכע פֿון זיי. ממש אַ מחיה! איך וויל זיי מיטברענגען אַהיים.

מאָגיען דער שניי־מענטש איז אַרויס פֿון זײַן שלאָף־קאַפּסולע. צוזאַמען מיט סעמלי האָבן זיי אַראָפּגעוואָרפֿן די סאָסנע־צווײַגן, וועלכע האָבן אויסבאַהאַלטן זייער אַלטע געטרײַע מאַשין, צעקראַצט פֿונעם קאָסמישן שטויב נאָך צענדליקער פֿלוגן. מאָגיען האָט אַרײַנגעלייגט זײַנע ייִדישע ביכער אינעם באַגאַזשניק און פֿאָרזיכטיק אַרײַנגעשטעקט די אוראַן־שטענגלעך אינעם מאָטאָר.

דאָס פּאָרפֿאָלק האָט זיך אַוועקגעלייגט אינעם טעלער. סעמלי האָט טעלעקינעטיש פּראָגראַמירט דעם אויטאָפּילאָט. אויפֿן וועג, ווען זיי זענען פֿאַרבײַגעפֿלויגן דעם קליינעם אומגעמיטלעך־רויטן באַרנאַרדס שטערן, האָט סעמלי זיך פֿאַרטראַכט, אַז כאָטש זי האָט נאָך אַלץ נישט געקאָנט זיך צוגעוווינען צו דער טשיקאַווער געלער זון און מאָדנע גרינע ביימער, איז זייער בלויע דאַטשע־פּלאַנעטע טאַקע געוואָרן פֿאַר איר אַ צווייטע היים.

* зимние опята, Flammulina velutipes

** אַן איבערזעצונג פֿונעם רוסישן עקוויוואַלענט פֿון «עליו־השלום»:

«царствие ему небесное»

יואל מאַטוועיעוו


יואל מאַטוועיעוו איז אַ ייִדישער זשורנאַליסט, שרײַבער, פּאָעט און איבערזעצער. געבוירן געוואָרן אין 1976 און אויפֿגעוואַקסן אין לענינגראַד. נאָך אין זײַן יוגנט האָט ער אויסגעלערנט די ייִדישע שפּראַך און אָנגעהויבן שרײַבן לידער אויף ייִדיש, געפֿירט ייִדיש־לימודים אין דער שטאָט. אָנהייבנדיק פֿון 1997 געוווינט אין ייִדיש־רעדנדיקע ראַיאָנען פֿון לאָנדאָן און ניו־יאָרק, זינט 2002 געאַרבעט אין דער באַרימטער ניו־יאָרקער ייִדישער צײַטונג ״פֿאָרווערטס״ ווי איינער פֿון אירע רעדאַקטאָרן, אַ זשורנאַליסט און קאָמפּיוטער־מומחה, זײַענדיק לויט דער טעכנישער בילדונג אַ פּראָגראַמיסט. אויסגעלערנט אַליין אַ ריי לעבעדיקע און אוראַלטע שפּראַכן. וווינענדיק אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, האָט ער מיטרעדאַגירט דעם פּעטערבורגער ייִדישן זשורנאַל ״דער נײַער פֿרײַנד״. אין 2017 האָט דער שרײַבער זיך אומגעקערט צוריק אין זײַן היימשטאָט און וווינט הײַנט אין סאַנקט־פּעטערבורג.

מאַטוועיעווס לידער און פּאָעטישע איבערזעצונגען אויף ייִדיש זענען דערשינען אין אַ ריי אויסגאַבעס, פּאָעטישע אַנטאָלאָגיעס און ראַדיאָ־פּראָגראַמען אַרום דער וועלט. אין זײַנע אַרטיקלען שטעלט ער כּסדר דעם טראָפּ אויף פּאָפּולער־וויסנשאַפֿטלעכע טעמעס, קולטורעלע און גײַסטיקע פֿאַרבינדונגען און ענלעכקייטן צווישן ייִדישקייט און אַנדערע וועלט־רעליגיעס, געשיכטע און פֿאָלקלאָר. זײַנע פֿאָרשונגען פֿון קבלה אין שײַכות מיט דער מאָדערנער מאַטעמאַטיק און קאָמפּיוטערײַ זענען פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין אַקאַדעמישע פֿאָרש־זשורנאַלן.

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *