דער פֿריילעכסטער יום־טובֿ

דער פֿריילעכסטער יום־טובֿ

(אַ חלק פֿון דער פּראָגראַם, צוגעגרײט דורך דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור בשותּפֿות מיט דער ראַדיאָ־קאָרפּאָראַציע פֿון מדינת־ישֹראל.)

מיכאל פֿעלזענבאַום

די ימים־נוראָים זײַנען פֿאַרבײַ און מיט זײ צוזאַמען איז פֿאַרשװוּנדן געװאָרן די ערנסטע שטימונג פֿון די תּשובֿה־טעג, עס איז געקומען דער יום־טובֿ פֿון פֿרײד און שֹימחות, דער ערשטער פֿרײלעכער יום־טובֿ פֿון יאָר תּש»פּ – יום־טובֿ סוכּות.

אָן פֿאַרגאַנגענהײט, װי באַװוּסט, איז ניטאָ קײן צוקונפֿט, אַזױ טענהן קלוגע מענטשן. און אָט ברענג איך אײַך אַ פּאָעטיש בילד פֿון סוככּת, װעלכעס האָט אױסגעזונגען מיט 120 יאָר צוריק די לױטערע נשמה פֿונעם ייִדישן פּאָעט און קולטור־טוער שמעון פֿרוג:

יום־כּיפּור, דאַנקען גאָט, אַװעק,

דערלעבט, געטרײַע ברידער,

אױס װײנען, זיפֿצן גאַנצע טעג –

מע זיצט אין סוכּה װידער.

מע זיצט באַדעקט מיט גרינעם סכך

אין רוהע און אין פֿריידן…

דער לולבֿ שײַנט, דער אתרוג שמעקט –

אַ ריח פֿון גן־עדן!…

סוכּות איז דער פֿרײלעכסטער און אױך דער לענגסטער פֿון די ייִדישע יום־טובֿים. ער ציט זיך נײַן טעג, און נײַן טעג נאָך אַנאַנד פֿרײען זיך ייִדן. דאָס איז זײער אַן אַלטע פֿרײד, װאָס קלינגט אָפּ דורך די יאָרטױזנטער פֿון דער ייִדישער געשיכטע. יעדער אײנער רײניקט אָפּ זײַן נשמה פֿון זינד און חטאָים און מיט ציטער אין האַרצן װאַרט אױף אַ פּיתקא טבא, אױף אַ גוט קװיטל, און מיט אַ גוט קװיטל אין קעשענע דערגרײכט יעדנס נשמה דעם העכסטן פּונקט פֿון פֿרײד און פֿאַראײניקט זיך אין אַן אַלגעמײנער שֹימחה מיט די אַחינו־בני־ישֹראל אַרום דער רײניקײט, אַרום אונדזער אײביקער ספֿר־תּורה. איר העכסטן פּונקט, אָבער, דערגרײכט די שֹימחת־תּורה אין לעצטן טאָג פֿון דעם אָ יום־טובֿ: ייִדן הוליען סײַ בײַ דאַװנען אין שילן און סײַ אױף די גאַסן, מיט פֿרײד און ליבע אין די הערצער און מיט ספֿר־תּורות אין די הענט:

לאַנגע יאָרן װי איר פֿרײט זיך,

לאַנגע דורות, װי איר דרײט זיך

מיט אַ רײניקײט אין האַנט.

קנאַפּ חיונה,

פֿיל אמונה,

און איר לעבט אין יעדן לאַנד.

(מאָריס ראָזענפֿעלד)

https://www.youtube.com/watch?v=GIs-5ytG2pQ

Sukkot In The Synagogue. Leopold Pilichowski (1869-1933). Oil On Canvas.

אַ יום־טובֿ פֿאָדערט אַ יום־טובֿדיקע שטימונג. און כ’בין זיכער, אַז ס’װעט נישט זײַן קײן גוזמא צו זאָגן, אַז טאַקע אַ געװיסע טײל פֿון אונדזערע שטענדיקע צוהערער, איז געװאָרן װי אַ שטיקל פֿון אונדזער ראַדיאָ־משפּחה, װײַל עס איז נישטאָ קײן זאַך אױף דער װעלט, עס איז ניטאָ קײן אײן יום־טובֿ, קײן אײן אױדיציע, אַז זיי זאָלן ניט האָבן צו דעם אַ גאַנצן פּאַק מײנונגען און מעשֹיות, איבער הױפּט פֿון זייערע קינדער־יאָרן. און עס זײַנען דאָ אַ פּאָר זײער פֿײַנע און פֿעיִקע דערצײלער, װאָס װען זײ הײבט אָן צו דערצײלן, איז בעסער צו זיצן שטילערהײט און זיך צוהערן, װײַל, אַפֿילו װען עמעצער װײסט אַ סך, עס װעט זיך שטענדיק אױסגעפֿינען עמעצער, װאָס װײסט נאָך מער. און װען אונדזערע געטרײַע צוהערער הײבן אָן צו שיסן מיט װערטלעך, איז טאַקע בעסער זיך אָפּשטעלן און צוהערן. און פֿון דער צװײטער זײַט, איז טאַקע אַ לעבן אױף זײ, אױף אונדזערע געטרײַע ראַדיאָ־פֿרײַנד, װײַל זאָגט מיר, ביטע, װוּ קריגט מען הײַנטיקע טעג אַזעלכע איבערגעגעבענע ליבהאָבער פֿון ייִדיש און ייִדישקײַט, און זײער אָפֿט עס נעמט מיך אַרום אַ געפֿיל פֿון אַ יום־טובֿדיקער פֿרײד פֿאַר אונדזערע מיטשמועסלער פֿון יענער זײַט מיקראָפֿאָן, װאָס האָבן אַזאַ, אױף אַלע ייִדישע קינדער געזאָגט געװאָרן, אײַזערנעם זכּרון און זײערע דערמאָנונגען זענען ממש װי אַ לעבעדיקער גרוס פֿון ייִדישן לעבן אין משך פֿון די לעצטע 120 יאָר.

זײַ אַ מענטש, װעסטו זיצן אין סוכּה. טאַקע מיט דעם אָ װערטל איז ערבֿ־סוכּות איבערגעלאָדן געװאָרן אונדזער פּאָסטקעסטל. פֿאַר די װעלכע געדענקען נאָך די אַטמאָספֿער און די ריחות פֿון אַן אַמאָליק ייִדיש שטעטל, יענע געדענקען, אַז מיט די אָ װערטער פֿלעגט אַ ייִדישע מאַמע אַרױפֿפֿירן אױפֿן דרך־היושר אַ קינד, װאָס פֿאָלגט נישט זײַנע עלטערן.

מעכעלע, מעכעלע, גיב שױן אַ שמײכעלע, – זאָג איך צו זיך אַלײן און הױב אָן מײַן יום־טובֿדיקע דערצײלונג, – אַ מאָל איז סוקעס טאַקע געװען סוקעס, ניט אַזױ װי הײַנטיקע טעג – סוכּות. ס’איז פּשוט אַ פֿינצטערע בושה… גיט אַלײן אַ גוטן טראַכט… בײַ אונדז, אין װאַלאַכיע, אַ «סוקע» איז געװען אַ זי פֿון אַ הונט אַ כּלבֿ… מילא, נײַע צײַטן, נײַע לײַטן, אָבער אַ יום־טובֿ בלײַבט דאָך אַ יום־טובֿ. אַז סוכּות איז דװקאַ אַ ייִדישער יום־טובֿ האָט געקענט פֿאַרשטײן אַפֿילו אַן אָפּגעריסענער נאַר אַ פּױער, װײַל דאָס אַמפּערניש און װילדע קריגערײַען װעגן הלכות סוכּה פֿלעגן זיך אָנהײבן אום ראָש־חודש תּישרי און די הײזעריקע ייִדישע געשרײען האָט מען געקענט הערן אַזש אין יהופּעץ.

מילא… פֿאַר אונדז, קינדער, אױסצופּוצן די סוכּה אינעװײניק איז טאַקע געװען אַ טאָפּלדיקער יום־טובֿ און דער עיקר, אַ דאַנק דער מעגלעכקײט מקוים צו זײַן אַלע אונדזערע קינסטלערישע פֿאַנטאַזיעס, װײַל דער הױפּט פּרינציפּ איז געװען – טו װאָס דו װילסט אַבי עס זאָל זײַן שײן און כּשר, און זײַ װיסן, אַז נאָך הונדערט יאָר פֿאַר דער פֿעמיניסטישער באַװעגונג, דאָס איז געװען אונדזער מײלדשע מלוכה. דער פֿרײלעכסטער מאָמענט אין סוכּה־באַפּוצונגען איז פֿאַר אונדז, מײדעלעך, געװען אַ שפּיצל – צו שיקן די גאָר קלײנע ייִנגעלעך צו דער באָבען נאָך אַ סוכּה־שער. איר האָט געדאַרפֿט זען די פּנימער פֿון די ייִנגעלעך, װען זײ פֿלעגן זיך אומקערן פֿון דער באָבען מיט אַ ברוגז־געװײן און אַ דערקלערונג, אַז אַ סוכּה־שער הײסט אַ נאַר אַ טיפּש… מע זאָגט דאָך, – ער איז אַזױ קלוג, אַז מע מעג אים שיקן נאָך אַ סוכּה־שער.

זיצן אין סוכּה איז בײַ ייִדן פֿאַררעכנט פֿאַר אַ מין כּבֿוד, אַ גאַנץ יאָר פֿלעגן די מאַמעס זאָגן צו זײערע קינדער, – אױב דו װעסט זײַן אַ מענטש, װעסטו עסן אין סוכּה. די ערשטע טעג סוכּות זײַנען געװען אַן אמתער גן־עדן פֿאַר די קינדער, די ייִנגלעך האָבן זיך געשפּילט אין ניס, די מײדלעך – אין קװיטלעך, אַ מחיה. בענטשן אתרוג איז בײַ אונדז געװען אַ גאַנצער ענין. דער טאַטע מיט די ייִנגלעך פֿלעגן לױפֿן אין דער סוכּה בײַ דער שיל און מע האָט געבענטשט דאָרטן אתרוג, אָבער פֿאַר פֿרױען, מײדלעך און קלענערע קינדער פֿלעגט דער שמשֹ ברענגען אַהײם די זילבערנע פּושקע מיטן קפֿריסין, אַזױ האָט מען בײַ אונדז גערופֿן דעם אתרוג. אין אײן האַנט האָט דער שמשֹ געהאַלטן דעם קפֿריסין און אין דער צװײטער דעם לולבֿ… נאָך יום־טובֿ פֿלעגט מען מאַכן פֿון דעם אָ אתרוג אײַנגעמאַכטס און דאָס פֿלעגט זײַן אַ סגולה פֿאַר קראַנקע. הושענא־רבה איז געװען ממש אַ מחיה פֿאַר די קינדער, װײַל ניט זײ, נאָר די שטענדערס אין שיל האָט מען אױסגעשמיסן מיט אַ בינטל הושענות פֿאַר פֿרעמדע און אײגענע עבֿירות. און װער רעדט שױן װעגן שֹימחת־תּורה?… שֹימחות־תּורה איז שױן אײן מאָל אַ יום־טובֿ. ערשטנס – די סעודה אין שיל, די פֿולע קעשענעס ניס און עפּל, און װיפֿל מע גיט ניט, כאַפּט מען אַלײן. די קינדער פֿילן, אַז דער יום־טובֿ איז זײערער, מע גיט זײ עליות, מע רופֿט זײ אױף צו די הקפֿות, כּמעט װי די גרױסע. און די קינדער שטײען אין אַ רײ פֿון בײדע זײַטן פֿון די הקפֿה־טרעגער, קושן די הײליקײט און װינטשן יעדן אײנעם, – דערלעבטס איבער אַ יאָר מיט דער גאַנצער פֿאַמיליע.

מיר לעבן אין אַזאַ תּקופֿה װען צען טױזנט קילאָמעטער, יענע צען טױזנט קילאָמעטער, װעלכע דער קדמונישער מענטש האָט דורכגעמאַכט פֿאַר גוטע צען טױזנט יאָר, הײַנט זשע מע זעצט זיך אַרױף אין אַ פֿלי־מאַשין און דער מהלך װערט באַדעקט פֿאַר קנאַפּע צען שעה. אָבער, װאָס איז שײַך דער פֿאָלקס־חכמה און װיסן, טאָ אױף דעם געביט פֿון מענטשלעכקייט אַפֿילו אַ קלײניטשקער בלױז װעט פֿאָדערן צענדליקער און אַפֿילו הונדערטער יאָר פֿון שטודיעס. הײַנטיקע טעג, װען איך, פּונקט אַזױ װי מיליאָנען מײַנע שטאַם־ברידער און שװעסטער, קלײַבן איבער אינעם זכּרון אונדזערע פּריװאַטע און קאָלעקטיװע טועכצן, פֿאַרשטײ איך גאַנץ קלאָר װי פֿיל האָבן פֿאַרלױרן די נאָכמלחהדיקע דורות מיזרח־אײראָפּעיִשע ייִנגלעך און מײדלעך, װעלכע האָט מען מיט גװאַלד אָפּגעריסן פֿון די נאַציאָנאַלע מינדלעכע און שריפֿטלעכע אוצרות. הײַנט זשע, גאָט צו דאַנקען, קענען מיר סוף־כּל־סוף פֿרײַ און מיט פֿאַרגעניגן שעפּן און שעפּן פֿון אונדזערע טױזנטיעריקע קװאַלן פֿון טראַדיציע און לעבנס־חכמה. פֿאַר מיר פּערזענלעך אַזאַ טײַערע מקור זײַנען די ייִדישע לעגענדעס, װעלכע מיר רופֿן אָן מידרשים. זײ זענען אַזױ פֿאָלקסטימלעך און אין יעדן פֿון זײ ליגט אַזױ פֿיל לעבנס־דערפֿאַרונג, אַז ס’איז טאַקע נישט קײן חידוש, אַז די טױזנטער מעשׂהלעך זענען צוגעפּאַסט צו דער אָדער יענער װאָכן־פּרשה. אױך צו דער װאָכן־פּרשה, האַזינו השמיים, די הימלען זאָלן הערן, איז דערצײלט געװאָרן אַ מעשׂהלע, און הײסן הײסט זי – אין צװײען איז זיכערער.

מע דערצײלט, אַז אײן מענטש האָט אַ מאָל געגעבן זײַן פֿאַרמעגן צו זײַנעם אַ פֿרײַנד מיט אַ בקשה, אַז יענער זאָל דאָס באַהאַלטן פֿאַר אים. אין גיכן אָבער דער מענטש, װאָס האָט איבערגעגעבן דאָס פֿאַרמעגן זײַנס צו באַהאַלטן, איז, ניט דאָ און ניט פֿאַר קײנעם געדאַכט, זיך מסתּלק געװען פֿון דער װעלט. האָט זײַן זון, דער יתום, אַרױסגעװיזן גרױס כּבֿוד צו דעם, בײַ װעמען פּקדון איז געװען און ער האָט אױך גרױס כּבֿוד אָפּגעגעבן צו יענעמס פֿרױ. האָט מען אים געפֿרעגט – װאָס פּלוצעם גיבסטו אָפּ כּבֿוד צו בײדן? האָט דער יתום געענטפֿערט – בײַ די אָ צװײ מענטשן ליגט באַהאַלטן מײַן ירושה, אָבער איך װײס נישט צי בײַ דעם מאַן צי בײַ דער פֿרױ. טראַכט איך מיר, בײַ װעמען דער פּקדון זאָל זיך געפֿינען, זאָל ער דאָס גוט באַהיטן. און דאָס לײגט זיך טאַקע אױפֿן שׂכל װי אַ קלאָרער מוסר־השׂכּל, װײַל װען מע האָט משה רבינו געפֿרעגט פֿאַר װאָס װענדעט ער זיך צו הימלען און צו דער ערד, האָט ער געענטפֿערט – איך בין באַשטימט צו שטאַרבן, און איך װײס ניט װוּהין מײַן נשמה װעט גײן, אין הימל אַרײַן אָדער אין דר’ערד אַרײַן. דעריבער גיב איך אָפּ כּבֿוד צו בײדן, סײַ די הימלען און סײַ דער ערד, כּדי װוּ מײַן נשמה װעט זיך געפֿינען זאָל איר זײַן גוט. אָבער, װי זאָגט איר, ר’ ייִד? מענטש טראַכט און גאָט לאַכט, און טאַקע דער אײבערשטער האָט אַנדערש געטאָן. ער האָט גענומען משהס נשמה און באַהאַלטן זי בײַ זיך אונטער דעם כּסא־הכּבֿוד.

נאָר גוטע פּשׂורות, אונדזערע טײַערע דאַמען און הערן.

אינעם ספֿר זוהר שטײט געשריבן, – בני־ישֹראל, װעלכע פֿאַרלאָזן זײערע הײַזער לטובֿת סוכּה, װערן זוכה צו אַ באַזוך פֿון דער שכינה, און אַלע זיבן געטרײַע פֿרײַנד פֿונעם מלך המלכים נידערן אַראָפּ פֿון גן־עדן כּדי צו באַזוכן זײ דאָרטן און געניסן פֿון זײער גאַסטפֿרײַנדלעכקײט. און די זיבן געטרײַע פֿרײַנד פֿונעם מלך המלכים זײַנען אַבֿרהם אָבֿינו, יצחק, יעקבֿ, יוסף, משה רבינו, אַהרן הכּהן און דוד המלך.

דאָס יאָר, אַחוץ די אומזעעװדיקע הימלישע געסט האָבן מיר אײַנגעלאַדן אין אונדזער סימבאָלישער סוכּה אױך אַ הימלישן תּושבֿ, אָבער פֿון יענע, װעלכע בײַ זײער לעבן זײַנען געװען באַצײכנט מיט אַ גאָטס פֿונק פֿון אַ ריזיקן טאַלאַנט און אין זײער שעפֿערישער טעטיקײט מצליח געװען אַרײַנצובלאָזן דאָס אײביקע, דאָס הימלישע אין אַ פּשוטן בשֹר־ודם, אין אַ ייִדן פֿון אַ גאַנץ יאָר.

https://www.youtube.com/watch?v=0nh1wmFCcA8

איציק מאנגער

לאָמיר זשע זינגען

לאָמיר זשע זינגען פּשוט און פּראָסט

פֿון אַלץ, װאָס איז הײמיש, ליב און טײַער:

פֿון אַלטע בעטלער, װאָס שעלטן דעם פֿראָסט,

און פֿון מאַמעס, װאָס בענטשן דאָס פֿײַער.

פֿון אָרעמע כּלות, װאָס שטײען מיט ליכט

פֿאַר בלינדע שפּיגלען שפּעט בײַ נאַכט,

און יעדע זוכט דאָס נאָענטע געזיכט,

װאָס האָט איר ליבע אױסגעלאַכט.

פֿון גורל־װאַרפֿער, װאָס רעדן פֿאַרשטעלט

און נאַרן די לעצטע גראָשנס אױס

בײַ עגונות װאָס שעלטן די װעלט

און גײען דורך הינטער־טירן אַרױס.

פֿון דינסטן, װאָס האָרעװען ביטער־שװער

און באַהאַלטן דעם בעסטן ביסן

פֿאַר די זעלנער, װאָס קומען בײַ נאַכט

די באַלעבאַטים זאָלן נישט װיסן.

לאָמיר זשע זינגען פּשוט און פּראָסט

פֿון אַלץ, װאָס איז הײמיש, ליב און טײַער:

פֿון אָרעמע מאַמעס, װאָס שעלטן דעם פֿראָסט,

און פֿון בעטלערס, װאָס בענטשן דאָס פֿײַער.

פֿון מײדלעך, װאָס װאַרפֿן זומער־צײַט

ממזרים הינטער פֿרעמדע טירן

און ציטערן פֿאַר מונדירטע לײַט

װאָס קענען דערפֿאַר אין תּפֿיסה פֿירן.

פֿון קאַטערינקעס, װאָס סקריפּן שװער

פֿרײַטיק בײַ טאָג, אין אָרעמע הױפֿן,

פֿון גנבֿים, װאָס האָבן פֿאַרפּאַסט,

און מוזן איבער די דעכער אַנטלױפֿן.

פֿון שמאַטע־קלױבער, װאָס גראַבלען אין מיסט,

און מײנען: זײ װעלן אַן אוצר געפֿינען,

פֿון דיכטער, װאָס האָבן געגלױבט אומזיסט

די שטערן – און זײַנען אַראָפּ פֿון זינען.

לאָמיר זשע זינגען פּשוט און פּראָסט

פֿון אַלץ, װאָס איז הײמיש, ליב און טײַער:

פֿון אַלטע לייט, װאָס שעלטן דעם פֿראָסט,

און פֿון קינדער, װאָס בענטשן דאָס פֿײַער.

גאַנצערהײט קענט איר הערן די ראַדיאָ־אוידיציע דאָ:

https://m.facebook.com/groups/181106619326190?view=permalink&id=540544766715705&sfnsn=mo


 

מיכאל פֿעלזענבאַום איז געבוירן געוואָרן אין 1951סטן יאָר אין וואַסילקאָוו, אוקראַיִנע. אויפֿגעוואַקסן אין אַ ייִדיש שטעטל פֿלאָרעשט, בעסאַראַביע. געוווינט און געאַרבעט אין רוסלאַנד, רומעניע, דײַטשלאַנד, פֿראַנקרײַך און שווייץ.

עולה געווען אין 1991.

מיכאל פֿעלזענמאַום איז דער מחבר פֿון 21 ביכער אויף ייִדיש, – פּאָעזיע, פּראָזע און דראַמאַטורגיע, וועלכע זײַנען איבערגעזעצט געוואָרן אויף בערך צוואַנציק שפּראַכן.

https://alchetron.com/Itshak-Holt sukkot

stmegi.net sukkot1

 Leopold Pilichowski — easyart.com

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *