פֿרײט זיך ייִדן, מאַכט אַ לעבן

פֿרײט זיך ייִדן, מאַכט אַ לעבן

toldot.ru kuku.travel tr.pinterest.com ja-tora.com

מיכאל פֿעלזענבאַום

סוכּות איז אַ יום־טובֿ מיט אָן אַ סוף טראַדיציעס און אָן אַ סוף שאלות. אין חומש איז אָנגעזאָגט, אַז מע זאָל נעמען אַ פֿרוכט, אַ פּרי פֿון אַ שײן בױם, און בלעטער פֿון אַ טײטלבױם, און צװײַגן פֿון אַ געדיכטן בױם, און װערבעס װאָס װאַקסן בײַם טײַך, און מיט דעם זאָלן מיר זיך פֿרײען פֿאַר גאָטס אױגן. אָבער װאָס זאָל מען מיט דעם אָ גאַנצן הערבאַריום טאָן – צי מע זאָל דאָס האַלטן אין די הענט, צי מע זאָל פֿון דעם בױען אַ סוכּה – דאָס װערט נישט אין חומש געזאָגט בפֿירש.

שפּעטער, אָבער, האָט מען אױסגעטײַטשט דעם אָ פּסוק אױף אַזאַ אופֿן, אַז סוכּות מוז מען טראָגן אין האַנט אַן אתרוג און אַ לולבֿ, צוזאַמען מיט דרײַ מירטן־צװײַגן און צװײַ װערבעס, און מיט דעם יום־טובֿדיקן בוקעט זאָל מען שאָקלען און פֿאָכן אין אַלע אַרבע־כּנפֿות־העולם, אַלע פֿיר ריכטונגען פֿון דער װעלט. דער סוכּותדיקער בוקעט הײסט אַרבעה מינים און אין די אָ פֿיר מינים האָבן די ייִדן אַרײַנגעטײַטשט אַלערלײ געדאַנקען און כּװנות. די גאָר עלטערע דערקלערונג איז געװען דװקא אַ װוּנטש מיט אַ פּראַקטישער כּװנה – אַז די פֿיר מינים זײַנען אַ סגולה אױף רעגן, דהײַנו – אַזױ װי די אָ פֿיר מינים קענען נישט עקזיסטירן אָן װאַסער, פּונקט אַזױ קען די גאַנצע װעלט נישט עקזיסטירן אָן אַ רעגן.

אַ ביסל שפּעטער איז מען געפֿאַלן אױף אַ געדאַנק, אַז די פֿיר מינים שטעלן מיט זיך פֿאָר, ס’פֿאַרשטײט זיך אַז אױף אַ סימבאָלישן אופֿן, די דרײַ אָבֿות – אַבֿרהם, יצחק, יאַנקעװ און יוסף, אָדער, מיט אַנדערע װערטער – פֿיר גרופּעס, אין װעלכע דאָס ייִדישע פֿאָלק איז צעטײלט – דער אתרוג האָט אי אַ טעם אי אַ ריח, און ער שטעלט מיט זיך פֿאָר יענע ייִדן װעלכע פֿאַרמאָגן אי די תּורה אי די מעשֹים־טובֿים, די טײַטלען, װאָס װאַקסן אױף אַ פּאַלמע האָבן אַ טעם און האָבן נישט קײן ריח, און דאָס איז אַ רמז אױף די ייִדן װאָס האָבן יאָ תּורה אָבער זײער ביאָגראַפֿיע פֿאַרמאָגט נישט קײן מעשֹים־טובֿים, די מירט־צװײַגן האָבן אַ פֿײַנעם ריח אָבער נישט קײן טעם, און דאָס זײַנען די ייִדן װעלכע פֿאַרמאָגן נישט קײן תּורה, אָבער זײַנען מלא מעשיִם־טובֿים, די װערבע, נעבעך, האָט נישט קײן טעם און נישט קײן ריח, און דאָס איז אַ סימבאָל פֿון יענע שײנע ייִדעלעך, װעלכע פֿאַרמאָגן נישט קײן תּורה און נישט קײן מעשֹים־טובֿים.

אין דער ייִדישער פֿאָלקס־פֿילאָזאָפֿיע װי אױך אין דער טראַדיציאָנעלער ייִדישער פֿאָלקס־מעדיצין האָט מען די פֿיר מינים אױסגעטײַטשט אױף אַ גאָר פּאָעטישן אופֿן, – לולבֿ איז אַ סימבאָל פֿון אַ רוקנבײן, דער אתרוג סימבאָליזירט דאָס האַרץ, הדס, די מירט־צװײַג איז אַ סימבאָל פֿון אַן אױג און די װערבע, נעבעך, איז אַ סימבאָל פֿון מױל. איצט, ערבֿ הושענא־רבה, װען מע גײט שלאָגן די הושענאות, די װערבע־צװײַגן, הײב איך אָן צו פֿאַרשטײן פֿאַר װאָס שװײַגן װערט געגליכן צו גאָלד… אַ גוט קװיטל, אַלע אונדזערע פֿרײַנד…

* * *

 

ראש־השנה און יום־כּיפּור האָבן מיר זיך גוט אָנגעװײנט, אױסגעקלאַפּט פֿון האַרצן די על־חטא’ן, אױסגעשאָקלט בײַם טײַך די עבֿירות און באַלד אָנגעהױבן צו דענקען װעגן נײַ־לעבן, נײַע גליקן און כאָטש אַ ביסל מזל בײַם קריגן װױלע שכנים.

די נאַכט ערבֿ־הושענא־רבה, אַזױ מײן איך, איז אפֿשר די סאַמע חשובֿסטע און מיסטישע פֿון אַלע תּשרי־נעכט, און גאָר ניט צופֿעליק איז דאָך אײַנגעשטעלט געװאָרן, אַז ראש־חודש תּישרי פֿאַלט קײן מאָל נישט אױס אױף שבת, כּדי הושענא־רבה זאָל אַלע מאָל זײַן אין אַ װאָכעדיקן טאָג, מע זאָל קענען שלאָגן הושענות, די װערבע־צװײַגן, די צװײַגן פֿון אַ בױם װאָס װאַקסט נאָר בײַם װאַסער, די װערבע איז אָן אַ ספֿק לעבנסקרעפֿטיק און איז אַ סימבאָל פֿון װאַקסן און לעבן, און דװקא זינט יענע אוראַלטע צײַטן, װען דער מינהג איז געבױרן געװאָרן און ביז הײַנטיקע טעג איז דאָס שלאָגן די ערד מיט די װערבע־ריטלעך איז אַ סגולה אַרױסצורופֿן די פֿרוכטבאַרקײט פֿון דער ערד. חודש תּישרי איז אַ גרענעץ־חודש צװישן זומער און װינטער, און עס איז ניטאָ קײן בעסערע צײַט װי צו זײַן באַזאָרגט מיט רעגנס, גרינס און פּרות. און די הושענא־רבה־נאַכט איז פֿול מיט מיסטישע סודות און גאַנץ פּשוטע האָפֿענונגען.

די פֿרױען באַקן לאַנגע חלות מיט אַ לײטער פֿון אױבן, מע זאָל קענען, אױב ניט פֿיזיש טאָ כאָטש אין אַ װוּנטש, אַ קריך טאָן אין הימל אַרײַן. און טאַקע אין מיטן נאַכט זײַנען אַלע אױגן צוגעקלעפּט צום הימל, דער הימל שפּאַלט זיך אױף אַ רגעלע… און יעדע ייִדישע נשמה קריגט אַ קװיטל, אַ קװיטל מיט אַ קורצער ידיעה װעגן זײַן װײַטערדיקן לעבן… און טאַקע דאָס קװיטל איז דער לעצטער שטריך צום לעבנס־קרײַזל, – פֿון אַ װוּנטש – לשנה טובֿה תּכּתבֿו – אױף אַ גוט יאָר זאָלט איר פֿאַרשריבן װערן, און שפּעטער – תחתמו – און פֿאַרזיגלט װערן, און צום סוף פּרשה – אַלץ װאָס בלײַבט אונדז – איז צו גלײבן, אַז דאָס קװיטל איז אַזױ אײדל, ממש אומזעעװדיק, אַז אַ פּשוטער מענטש איז נישט בכּוח אים צו זען.

און דאָס איז פֿאַרשטענדלעך, װײַל הושענא־רבה איז דאָך אַזאַ מין געמיש פֿון סוכּות און יום־כּיפּור – אַ געמיש פֿון סוכּותדיקע הושענאות און אתרוגים מיט יום־כּיפּורדיקע ליכט, יום־כּיפּורדיקע װײַסע קלײדער און יום־כּיפּורדיקע ניגונים, און עס זײַנען דאָ אַלע סימנים פֿון דער העכסטער װיכטיקײט פֿון דעם אָ טאָג, – מע גײט ניט אײן, נאָר זיבן הקפֿות, פֿונעם אָרון־קודש נעמט מען אַרױס ניט אײן, נאָר אַלע ספֿרי־תּורות און מע לײגט זײ אַרױף אױף דער בימה און מע װאַרט נאָר אױפֿן סוף פֿון דער הושענא־תּפֿילה – קול מבֿשֹר מבֿשֹר ואומר – און דאָס איז אַ סיגנאַל, אַז מע מעג שױן אָנהײבן צו שלאָגן די הושענות. דאָס אָפּשלאָגן די הושענות איז טאַקע נישט קײן שלעכטע פּסיכאָטעראַפּיע, װײַל נאָכן אָפּשלאָגן די גרינינקע װערבע־בלעטלעך מאַלע װער דערמאָנט זיך, אַז מיט אַ פּאָר שעה צוריק איז ער געזעסן אין סוכּה בײַם פֿענצטערל און אױסגעקוקט אױף אַ גוט קװיטל פֿון הימל. דאָס קװיטל, זיכער, האָט באַקומען יעדער אײנער, אָבער פֿאַנאַנדערװיקלען דאָס קװיטל און איבערצולײענען װאָס שטײט דאָרט געשריבן… אָט דאָס, מײן איך, איז נישט בכּוח קײן אײן מענטש אױף דער װעלט. און מסתּמא אין דעם ליגט באַהאַלטן די גרױסע סודותדיקע אינטריגע פֿונעם לעבנס־קרײַז. די פּראַקטיש באַשטימטע באַלעבאַטים נעמען מיט אַהײם די אָפּגעשלאָגענע הושענות, באַאַהאַלטן זײ ביזן ערבֿ־פּסח כּדי מיט זײ בודק־חמץ זײַן. אָבער דערװײַל, מע קערט זיך אום אין דער סוכּה צו אַ יום־טובֿדיקע סעודה, פּונקט אַזאַ װי ערבֿ־יום־כּיפּור, און עס מוז אומבאַדינגט זײַן אַ יויך מיט קרעפּלעך. נאָר דער עיקר איז טאַקע דאָס אױסגעבענטשטע גוטע קװיטל, אױף אַלע ייִדישע קינדער געזאָגט געװאָרן.

* * *

דאָס גוטע קװיטל איז דאָך אַ פּערזענלעכע, ממש אַ פּריװאַטע זאַך, און מסתּמא מע קען זײַן גליקלעך בײַ זיך אַלײן, אָבער דער קאָלעקטיװער ייִדישער זכּרון דערמאָנט אונדז, אַז מיט יאָרן צוריק זײַנען מיר געװען אַ פֿאָלק פֿון הױלע פּאַסטעכער און פּױערים און די נשמה בענקט נאָך אַ רעגן, אױף אַ נײַער גוטער גערעטעניש פֿאַר די ייִדישע פֿעלדער און גערטנער. מיט דעם טאַקע הײבט זיך אָן דער טאָג פֿון שמיני־עצרת – מע בענטשט גשם – און טאַקע מיט אַ צאַרטן ניגון, פֿול מיט תחנונים זינגט מען אױס אַ תּפֿילה אױף רעגן. און באַלד נאָך דעם גײען די ייִדן אַרײַן אין דער סוכּה כּדי זיך מיט איר געזעגענען. די געזעגענונג איז אָבער נישט קײן טרױעריקע, נאָר פֿול מיט האָפֿענונג, מע בײַסט עפּעס איבער און דער עיקר מע בעט בײַם אײבערשטן, אַז מע זאָל זוכה זײַן צו זיצן אין יענער סוכּה װעלכע גאָט װעט מאַכן פֿון לװיתנס פֿעל, ס’פֿאַרשטײט זיך אַז משיח װעט קומען. אָמן. סלה. די ייִדישע טראַדיציע, אָבער, האָט פֿאַרװאַנדלט דעם כּאילו טרױעריקן ענין פֿון דער געזעגענונג אין אַ פּונקט פֿאַרקערטע ביז גאָר פֿרײלעכע הוליאַנקע. פֿריִערדיקע צײַטן פֿלעגט הוליען אין חבֿרות, יעדע חבֿרה באַזונדער, די חבֿרה־גמראניקעס הוליען בײַם רבֿ אין שטוב, די חבֿרה־תּורה הוליען אין קלױז, אָבער די סאַמע גרעסטע און פֿרײלעכסטע הוליאַנקע קומט פֿאָר אין בית־מדרש – דאָרטן בײַ די לאַנגע טישן, באַדעקט מיט װײַסע טישטעכער, הוליעט די חבֿרה־קדישא – מע עסט עפּל און מע טרינקט ביר און בראָנפֿן און דער עיקר – מע זינגט – ברוך אלהינו, ומטהר לבנו, און אױך – װאָס מיר זײַנען זײַנען מיר אָבער ייִדן זײַנען מיר.

און די אַלע הוליאַנקעס שװימען פּאַמעלעך איבער אין שֹימחת־תּורה – אַ מין געמיש פֿון דאַװנען מיט אַ הוליאַנקע לטובֿת דער ממשותדיקער דעמאָקראַטיע, – דער גאַנצער עולם הײבט אָן צוו מאַכן «ברכה» אױף בראָנפֿן, אױף קיכעלעך, אױפֿן געהאַקטן הערינג, אױף פּרות… דאָס לײעניש ציט זיך שעהן לאַנג, מע לײענט צענדליקער מאָל די לעצטע סדרה פֿון חומש, וזאת הברכה, און יעדער אײנער קריגט אַן עליה און װערט אױפֿגערופֿן צו דער תּורה. און אַזױ – אַ גאַנצן טאָג – מע הוליעט אין שיל, מע הוליעט אין די הײַזער, מע זינגט און מע טאַנצט אין דער הײם און אױף דער גאַס. דער אָפּשלוס פֿון דעם יום־טובֿ קומט ערשט שֹימחת־תּורה אױף דער נאַכט, נאָך דעם װאָכעדיקן מעריבֿ. און טאַקע ערשט דעמאָלט, נאָכן דאַװנען מע זעצט זיך צו די געדעקטע טישן און מע עסט די שֹימחת־תּורהדיקע סעודה. און די יום־טובֿדיקע שטימונג דױערט נאָך װײַטער, נאָך אַ פּאָר טעג, ביזן שבת־בראשית, און ערשט דעמאָלט הײבט מען אָן צו פֿילן, אַז דער יום־טובֿ איז אױס און עס הײבן זיך אָן די לאַנגע טעג און װאָכן פֿון אַ טאָג־טעגלעכער און פֿאַראַנטװאָרטלעכער אַרבעט לטובֿת דעם ליכטיקן מאָרגן, אָבער דערװײַל – פֿרײט זיך ייִדן, מאַכט אַ לעבן און יעדע רגע זאָל אײַך זײַן נאָך אױף שֹימחות… ויהי רצון… אָמן… סלה.

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *