עס קומען נײַע לייענער און שרײַבער

עס קומען נײַע  לייענער און שרײַבער

 פֿון ניקאָלײַ באָראָדולין

װעלװל טשערנין איז אײנער פֿון די ערשטע ייִדישיסטן, װאָס האָט מיך באַגײַסטערט און אינספּירירט זיך לערנען ייִדיש ערנסט און מיט גרױסן חשק, װען איך האָב אים געטראָפֿן אױפֿן סעמי־לעגאַלן סעמינאַר פֿאַר די ייִדיש־ליבהאָבערס אין מאָסקװע, סוף יוני 9891. מיט די קורסן האָבן אָנגעפֿירט די פּראָפֿעסאָרן פֿון דער ייִדישער שפּראַך פֿון בר־אילן אוניװערסיטעט און װעלװל האָט מיטגעהאָלפֿן אָרגאַניזירן אָט דעם סעמינאַר. װעלװל איז אײנער פֿון די אײנצלנע ייִדישע פּאָעטן אין אונדזער צײַט און ער שרײַבט זײער טיף, צאַרט, רירנדיק, מיט אַ סך רמזים אױף פֿאַרשידענע טראַדיציאָנעלע און װעלטלעכע קװאַלן.

 

נ .ב.: טײַערער װעלװל, װי אַזױ ביסטו געקומען צו ייִדיש?

 

װ. טש.: חנא שמערוק האָט געשריבן אין אײנעם פֿון זײַנע אַרטיקלען, געװידמעט דעם סאָװעטישן ייִדנטום, אַז ״די ייִדישע שפּראַך איז געבליבן דער לעצטער מיטל אױסצודריקן די ייִדישע נאַציאָנאַלע געפֿילן פֿון סאָװעטישע ייִדן״. איך בין געבױרן געװאָרן אין דער משפּחה פֿון צוויי קאָמוניסטן. װען איך בין געװען אַ קלײן קינד,  איז ניט געװען קײן איין  אַלטער ייִד אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, װאָס זאָל ניט קענען כאָטש בי פֿאַרשטײן ייִדיש. די מענטשן פֿון מײַן דור האָבן זיך שױן באַמיט ניט רײדן ייִדיש. איך האָב אַ שװעסטער, זאָל זי מיר געזונט זײַן, עלטערע אױף צװײי אָר פֿון מיר. זי װױנט אין מאָסקװע ביז איצט, זי איז אַ פּראָפֿעסאָר פֿון מעדיצין. זי האָט זיך באַמיט װאָס װײניקער רעדן ייִדיש, כאָטש אונדזערע באָבע־זײדעס האָבן די שפּראַך נאָך גערעדט. איך האָב דעמאָלט באַשלאָסן, אַז איך בין קודם־כּל אַ ייִד. װיפֿל איך געדענק פֿלעגט מען מיך אַלע יאָרן שלעפּן צו קבֿר־אָבֿות, ניט װײַט פֿונעם שטעטל פּעריאַטין, װוּ מײַן מאַמע איז געבױרן געװאָרן און װוּ עס ליגן כּמעט די גאַנצע פֿאַרברײטערטע משפּחה מײַנע. איך האָב געהערט אַ סך מאָל די שרעקלעכע מעשֹיות פֿון חורבן. איך האָב געהאַט אַזאַ געפֿיל, אַז די אַסימילאַציע און דאָס פֿאַרלירן די ייִדישע שפּראַך זײַנען אַ מין המשך פֿונעם חורבן, און אַלץ, װאָס איך קען טאָן איז צו לעבן פֿאַר די, װאָס זײַנען געשטאָרבן. איך האָב געשטרעבט זײַן װאָס מער אַ ייִד אַזױ װי איך האָב דעמאָלט פֿאַרשטאַנען. איך האָב ניט געטראַכט װעגן רעליגיע, איך האָב געװוּסט, אַז טאַטע־מאַמע זײַנען בײדע קאָמוניסטן, נאָר איך האָב געשטרעבט צו דער ייִדישער שפּראַך און איך האָב זי ממש נאָך געהערט. מײַן ייִדיש שטאַמט פֿון מיזרח־אוקראַיִנע, פֿון דער פּאָלטאַװער געגנט. קײן אותיות האָב איך ניט געװוּסט אומגעהער ביז צוועלף יאָר. דער זײדע האָט מיר געהאָלפֿן זיך אויסלערנען צו לײענען און איך האָב זיך גענומען צו לײענען ייִדישע ביכער. אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד האָט מען אין דער צײַט נאָך אַרױסגעגעבן ביכער אױף ייִדיש, און דעם זשורנאַל ״סאָװעטיש הײמלאַנד״. ס׳האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז איך פֿאַרשטײ ניט קײן סך װערטער פֿון דער ליטעראַרישער שפּראַך. האָב איך געלײענט ממש עקשנותדיק, געפֿרעגט די װערטער בײַ די אַלטעלײַט און בהדרגדיק אָנגעהײבן צו פֿאַרשטײן אַלץ, װאָס עס שטײט דאָרט געשריבן. ווי אַ סך סאָװעטישע ייִדן האָבן זיך געלערנט די שפּראַך פֿונעם אלי פֿאַלקאָװיטשעס אַרטיקל אין רוסיש־ייִדישן װערטערבוך. אַגבֿ, איך האָב געקענט פֿאַלקאָװיטשן פּערזענלעך. ער איז געװען באמת אַ גרױסער לינגװיסט, אָנגעשריבן אַ װיכטיק בוך פֿאַר דער מלחמה װעגן דער ייִדישער שפּראַך פֿאַר ייִדיש־לערערס און אין שפּעטערע לערנביכער, װי למשל, װײַנרײַכס ״קאָלעדזש ייִדיש״ קען מען בולט זען די שטאַרקע השפּעה פֿון פֿאַלקאָװיטשעס פֿריער־דערמאָנטן לערנבוך. האָב איך טאַקע געלערנט די ליטעראַרישע שפּראַך בײַ אים, פֿלעג איך קומען צו אים אַהײם, מיט אים גערעדט און דאָס האָט געשפּילט אַ ריזיקע ראָלע אין מײַן בילדונג.

 

נ. ב.: װוּ האָסטו אַגבֿ געקראָגן דײַן בילדונג, מיט װאָס האָסטו זיך פֿאַרנומען װי אַ יונגערמאַן?

 

װ. טש.: איך האָב פֿאַרענדיקט דעם היסטאָרישן פֿאַקולטעט פֿונעם מאָסקװער אוניװערסיטעט, די קאַטעדרע פֿאַר עטנאָגראַפֿיע, ספּעציאַליזירט זיך אױף סאָציאַלער אַנטראָפּאָלאָגיע. איך האָב זיך פֿאַרנומען מיט ניט־אַשכּנזישע גרופּעס ייִדן: קרימטשאַקעס, באַרג־ייִדן און איך האָב דעמאָלט ניט געמײנט, אַז איך װעל זיך פֿאַרנעמען מיט דער ייִדישער שפּראַך אַזױ פּראָפֿעסיאָנעל. איך האָב זיך געלערנט די אַלגעמײנע עטנאָגראַפֿיע פֿון דער װעלט, געאַרבעט אין עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציעס אין מיטל־אַזיע,  צפֿון־קאַװקאַז און קרים. איך האָב אָנגעשריבן עטלעכע אַרטיקלען װעגן קרימטשאַקעס, װאָס אַכציק פּראָצענט פֿון זײ זײַנען פֿאַרניכטעט געוואָרן בשעתן חורבן. איך פֿאָרש װײַטער די טעמע. איצט דערשײַנט מײַן בוך װעגן קרימטשאַקעס אין אוקראַיִניש. חוץ דעם, פֿאַרנעם איך זיך מיט סובאָטניקעס, אָפּשטאַמיקע פֿון די רוסישע און אוקראַיִנישע גרים, װעלכע האָבן אָנגענומען דעם ייִדישן גלױבן. אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד האָט מען מיר ניט דערלױבט צו פֿאַרטײדיקן אַ דיסערטאַציע אױף די ייִדישע טעמעס, האָב איך געדאַרפֿט אָנשרײַבן די טעזע װעגן עטנאָ־שפּראַכלעכע פּראָצעסן אין קאַבאַרדינאָ־באַלקאַריע, אײנע פֿון די אױטאָנאָמע רעפּובליקן אױפֿן צפֿון־קאַװקאַז. איך בין נאָך אַלץ שטאַרק פֿאַראינטערעסירט אין עטנאָגראַפֿיע. איך לײען װעגן עטנישע פּראָבלעמען אין יאַפּאַן, װעגן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער. איך קען שפּאַניש, לאַדינאָ און אַנדערע שפּראַכן און איך לײען אַלץ, װאָס איז שײך די נאַציאָנאַלע פּראָבלעמען. די צרה איז נישט אין דעם, װאָס איך װי אַ ייִד האָב געדאַרפֿט אַרבעטן מיט די טשערקעסן, טיורקן און אַנדערע פֿעלקער. די פּראָבלעם איז אין דעם, װאָס איך האָב ניט געקענט אַרבעטן מיט די ייִדן. דאָס איז געװען די דיסקרימינאַציע. ס׳איז געװען אַ שפּאַס אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד: אַלע פֿעלקער פֿונעם ראַטן־פֿאַרבאַנד זײַנען גלײַך. די רוסן זײַנען די ערשטע צװישן די גלײַכע, די אוקראַיִנער – די צװײטע. די ייִדן זײַנען די לעצטע צװישן די גלײַכע.

 

נ. ב.: װוּ האָסטו באַקומען די ייִדישע דערציִונג?

 

װ. טש.: װען איך בין געװען זעכצן יאָר אַלט, האָב איך אָנגעהױבן זיך לערנען די מאָדערנע העברעיִשע שפּראַך, װאָס איז געװען דעמאָלט אומלעגאַל. איך האָב שױן דעמאָלט געחלומט עולה זײַן קײן ארץ־ישֹראל. איך בין געװען זײער אַקטיװ אין ייִדיש־פֿאַראײן, אַן אָרגאַניזאַציע פֿון ציוניסטיש־געשטימטע ייִדיש־ליבהאָבערס. מיר האָבן אין 1891 אָרגאַניזירט די קורסן זיך לערנען ייִדיש און געבראַכט די לערערס און פּראָפֿעסאָרן פֿון בר־אילן אוניװערסיטעט, װוּ איך האָב שפּעטער געקראָגן מײַן דאָקטאָראַט. איך האָב סוף 0891קער רעדאַגירט דעם בולעטין פֿון ייִדיש־פֿאַראײן. דאָס איז געװען זײער אינטערעסאַנטע תּקופֿה. איך האָב דעמאָלט אױך זיך געלערנט אױף די העכערע ליטעראַרישע קורסן, אין דער ייִדישער גרופּע, אָרגאַניזירט דורך אַרן װערגעליסן, דעם הױפּט־רעדאַקטאָר פֿונעם זשורנאַל ״סאָװעטיש הײמלאַנד״. מע קען זיך באַציִען קריטיש צו אים צוליב זײַן מיטאַרבעט מיט סאָװעטישע מאַכט־אָרגאַנען, אָבער אַ פֿאַקט איז אַ פֿאַקט. ער האָט אַרױסגעגעבן דעם זשורנאַל ״סאָװעטיש הײמלאַנד״ און געגעבן אונדז די מעגלעכקײט צו לײענען אױף ייִדיש און פֿאַר מיר און אַנדערע יונגע ליטעראַטן – די געלעגנהײט צו באַקומען די בילדונג דװקא אױף ייִדיש. חוץ מיר זײַנען דאָרטן געװען די באַװוּסטע מענטשן: דער פּאָעט לעװ בערינסקי, דער פּראָזאַיִקער באָריס סאַנדלער, שפּעטער, אין דער צװײטער גרופּע האָט זיך געלערנט מיכאַיִל קרוטיקאָװ, מײַנער אַ גוטער פֿרײַנד, איצטער איז ער אַ פּראָפֿעסאָר פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין אַמעריקאַנער אוניװערסיטעט.

 

נ. ב.: װי אַזױ האָסטו אָנגעהױבן שרײַבן פּאָעזיע?

 

װ. טש.: איך האָב אָנגעהױבן שרײַבן לידער זינט איך בין געװען זעכצן, אָבער איך האָב זיך ניט געדרוקט. צום ערשטן מאָל האָט מען פֿאַרעפֿנטלעכט מײַנס אַ ליד «אין בין־השמשות» אין ״סאָװעטיש הײמלאַנד״ אין 3891. די פּראָבלעם איז געװען, אַז דאָס ערשטע ליד, װאָס איך האָב געװאָלט אַרױסגעבן, איז געװען אַ פֿרײַער פֿערז מיטן טיטל ״אין זאָאָפּאַרק״, אין װעלכן איך האָב אַרומגעשפּילט ייִדישע און העברעיִשע נעמען, וואָס באַצייכענען בעלי־חיים: אַריה – דער לײב, צבֿי – דער הירש, דובֿ – דער בער, און אַזױ װײַטער. זײ אַלע זיצן אין שטײַגן. װערגעליס האָט זיך לכתּחילה אַנציקט געוואָרן און ס׳איז שױן געגאַנגען צום דרוק, אָבער די צענזור האָט עס אַרױסגענומען, װײַל עס האָט זיך אױסגעזען, אַז די סאָװעטישע ייִדן זיצן כּלומרשט אין שטײַגן…

איך האָב זיך געדרוקט אין ״סאָװעטיש הײמלאַנד״ זײער אַקטיװ. דאָרטן האָב איך אָרגאַניזירט אַזױ גערופֿענע יונגט־נומערן. מע האָט אַרױסגעגעבן דרײַ אַזעלכע נומערן פֿון יונגע מחברים, אַלע באַקאַנטע שרײַבער און פּאָעטן פֿון אונדזער דור, געבױרענע אין ראַטן־פֿאַרבאַנד זײַנען געווען צווישן זיי. דערנאָך בין איך אַװעק פֿונעם זשורנאַל. די סיבה איז געװען, אַז װערגעליס האָט געפֿאָדערט פֿון מיר אונטערחתמענען דעם בריװ קעגן ישֹראל און איך האָב עס ניט געטאָן. איך האָב געאַרבעט װי אַ בױ־אַרבעטער און אין דער זעלבער צײַט זיך געדרוקט אין דער צײַטונג ״ביראָבידזשאַנער שטערן״. דעמאָלט איז די צײַטונג אַרױס נאָר אױף ייִדיש און דער רעדאַקטאָר איז געװען לעאָניד שקאָלניק, װאָס איז אַװדאי געװען אַ קאָמוניסט, אָבער אַ ביסל אַן אָפּאָזיציאָנער. האָט ער מיר דערלױבט דרוקן די מאַטעריאַלן, װאָס ״סאָװעטיש הײמלאַנד״ האָט ניט געדרוקט. דװקא דאָרטן , אין ״ביראָבידזשאַנער שטערן״ האָב איך פֿאַרעפֿנטלעכט דאָס ליד ״אין זאָאָפּאַרק״. אין דער זעלבער תּקופֿה האָב איך זיך באַקענט מיט מעריבֿדיקע ייִדישיסטן, קודם־כּל מיט לײבל באָטװיניק פֿון קאַנאַדע. ער איז געקומען מיט אַ באַזוך אין ראַטן־פֿאַרבאַנד, מיר דערצײלט װעגן ״יוגנטרוף״, װעגן דער ייִדישער טעטיקײט אין מעריבֿ. שפּעטער האָב איך אָנגעשטעלט קאָנטאַקטן מיט ישֹראלדיקע ייִדישע שרײַבער דורך רבֿקה מרים, אַ באַקאַנטע ישֹראלדיקע העברעיִשע דיכטערין. איר טאַטע איז געװען אַ ייִדישער זשורנאַליסט, ייִדיש איז איר מאַמע־לשון און מע האָט אָפּגעדרוקט אין אַ באַנד ״װידערװוּקס״ עטלעכע אירע ייִדישע לידער. זי האָט איבערגעגעבן מײַנע לידער אין ישֹראל און מע האָט זײ געדרוקט אין ״ירושלימער אַלמאַנאַך״ און ״בײַ זיך״.

נאָך מײַן עליה האָב איך זיך געדרוקט אין ״די גאָלדענע קײט״ און אַנדערע ישֹראלדיקע אויסגאַבעס. ביז הײַנט צו טאָג שטאָלציר איך זיך מיט דעם, װאָס אַבֿרהם סוצקעװער האָט מיך צוויי מאָל געדרוקט. ס׳איז אַ גרױסער כּבֿוד.

צום סוף אַכציקער יאָרן איז דאָס לעבן אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד געװאָרן אַ סך גרינגער פֿונעם ייִדישן שטאַנדפּונקט צוליב דער ״פּערעסטראָיקאַ״. מע האָט געקענט טאָן אַ סך זאַכן, װאָס זײַנען פֿריִער געװען פֿאַרבאָטן. איך האָב געאַרבעט װי אַ ליטעראַטור־קאָנסולטאַנט אין ייִדישע טעאַטערס פֿון קיִעװ, מאָסקװע און ביראָבידזשאַן. דעמאָלט האָב איך געהאָלפֿן מיטשטעלן ״מסעות בני מין השלישי״ פֿון מענדעלע אין מאָסקװער טעאַטער «ערמיטאַזש» און ״שװער צו זײן אַ ייִדן״ נאָך שלום־עליכמען – אין קיִעװער טעאַטער «מזל־טובֿ». אינטערעסאַנט, אַז דער רעזשיסיאָר פֿון דער שטעלונג איז געװען אַן ישֹראלדיקער אַראַבער, מוניער באַקרי. זײַן ברודער, מאָכאַמעד באַקרי איז זײער אַ באַרימטער העברעיִשער אַקטיאָר.

 

נ. ב.: װאָס טוסטו מיט ייִדיש אין ישֹראל?

 

װ. טש.: װען איך בין אָנגעקומען אין ישֹראל, האָב איך געהאַט פֿון ייִדיש אַ שטיקל כּבֿוד, אָבער קײן פּרנסה האָב איך ניט געהאַט. איך האָב געאַרבעט װי אַ זשורנאַליסט אין רוסיש־שפּראַכיקע צײַטונגען און געמאַכט אַ דאָקטאָראַט װעגן דער ייִדישער ליטעראַטור אין בר־אילן אוניװערסיטעט. איך האָב באַקומען כּלערלײ ליטעראַרישע פּרעמיעס, מיטגעאַרבעט מיטן טעאַטער ״ייִדישפּיל״. אין די0991ער איז דער מצבֿ געװען עטוואָס בעסער. עס האָבן נאָך געלעבט און געשאַפֿן אַ צאָל װיכטיקע ליטעראַטן. איך האָב זיך גוט באַפֿרײַנדעט מיטן פּאָעט יוסף קערלער. ביז איצט בין איך זײער אַ גוטער פֿרײַנד מיט זײַן זון, דובֿ־בער קערלער. הײַנט איז דער מצבֿ מיט דער ייִדישער ליטעראַטור גאָר אַנדערש, װי דובֿ־בער קערלער זאָגט, נישט פֿױגלדיק, נישט אַזױ פֿרײלעך. עס האַלט שמאָל. דער עלטערער דור איז אַװעק אין אײביקײט צוליב נאַטירלעכע סיבות. פֿון זײ אַלע איז געבליבן אַקטיװ נאָר רבֿקה באַסמאַן בן־חײם, איר צו לאַנגע יאָרן. זי איז אַמאָל געװען אין דער גרופּע יונג־ישֹראל, וואָס בראש פֿון איר איז געווען אַבֿרהם סוצקעװער. און אַפֿילו אין לײװיק־הױז, אינעם פֿאַראײן פֿון די ייִדישע שרײַבער אין ישֹראל איז אַ מאָל שװער צו כאַפּן אַ ייִדיש װאָרט. איך בין געװען אַ מיטגליד פֿון דער פֿאַרװאַלטונג, אָבער איך בין אַװעק, װײַל ס׳איז ניטאָ װאָס צו טאָן דאָרטן, ס׳איז אַ פּוסטע מעשֹה. כּמעט אַלץ קומט פֿאָר אױף העברעיִש.

די לעצטע פּאָר יאָרן פֿאַרנעם איך זיך מיט צוויי באַזונדערע פּראָיעקטן. איך האָב געגרינדעט צוזאַמען מיט מיכאל פֿעלזענבאַומען אין ישֹראַל אַ ביכער־סעריע ״ביבליאָטעק פֿון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטעראַטור״. דאָס ביסל געלט האָבן מיר אַלײן געשאַפֿן. פֿון צײַט צו צײַט באַקום איך אַ שטיצע פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש. מיר געבן אַרױס טאַקע די נײַסטע װערק פֿון די לעבעדיקע שרײַבער. אַ טוץ ביכער זײַנען שױן אַרױס און איך אַרבעט איצט אױף אַרױסצוגעבן נאָך צוויי: אַ בוך פֿון הילל קאַזאָװסקי, אַ פֿאָרשער פֿון דער מאָדערניסטישער דיכטונג אין אַמעריקע און מאָדערניסטישער ייִדישער מאָלערײַ און אַ בוך פֿון קאָבי װײַצנער, ז״ל, װעלכער איז געשטאָרבן לעצטנס אין װאַרשע.

דער צווייטער פּראָיעקט איז רעדאַגירן און אַרױסגעבן צוזאַמען מיט מיכאל פֿעלזענבאַומען דעם נײַעם זשורנאַל ״ייִדישלאַנד״. שױן פֿיר נומערן זײַנען דערשינען. מיר האָבן פֿאַרבעטן אין רעדקאָלעגיע דובֿ־בער קערלערן און װאַלערי דימשיצן פֿון פּעטערבורג. ניבאָרסקיס אַן אײניקל, עטל, פֿאַרנעמט זיך מיט קאָרעקטור. דאָס איז טאַקע ממשותדיק און איך פֿיל דעם רעזולטאַט.

איך פֿאַרנעם זיך אױך מיט איבערזעצן די ייִדישע קלאַסישע פּראָזע אין רוסיש. כ׳האָב איבערגעזעצט כּמעט די גאַנצע פּראָזע פֿון חײם גראַדע, י.י. זינגערס ראָמאַן ״די ברידער אַשכּנזי״, עפּעס פֿון באַשעװיסן און אַזױ װײַטער. מיט דרײַ יאָר צוריק האָב איך רעדאַגירט און אַרױסגעגעבן די צװײ־שפּראַכיקע העבעריִש־ייִדישע אַנטאָלאָגיע ״001 יאָר ייִדישע דיכטונג״. איך האָב אַרױסגעגעבן כמעט אַ צענדליק לידער־זאַמלונגען, די לעצטע, ״בײַם ראַנד פֿון שטורעם״  אין 9102.

 

נ. ב.: װער לײענט הײַנט די ייִדישע פּאָעזיע? װער איז דער עולם פֿון דײַנע לידער?

 

װ.טש.: אַ מאָל, אין די 0991קער יאָרן האָב איך געקענט צונױפֿקלײַבן אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד צענדליקער מענטשן און לײענען לידער.  דעמאָלט האָב איך געשריבן הומאָריסטישע לידער צו הערן און צו לאַכן. איצטער איז דער מאַסן־לײענער נישטאָ, מע דאַרף זאָגן דעם אמת. די בינע איז דער עיקר די אינטערנעץ, אָבער דאָ אין ישֹראל האָבן מיר נאָך אַלץ צענדליקער ליבהאָבערס פֿון דער ייִדישער דיכטונג. פֿון צײַט צו צײַט מאַכן מיר אַזעלכע אָװנטן פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור אין ירושלים. ס׳איז זײער אינטערעסאַנט, אַז אין דער צײַט, װען עס גײען אַװעק טראַדיציאָנעלע ייִדיש רעדנער, די װאָס האָבן געשעפּט די שפּראַך פֿון טאַטע־מאַמעס, קומען נײע לײענער און נײַע שרײַבער אױך. אַ סך פֿון די נײַע לײענער קומען פֿון ייִדישע זומער־פּראָגראַמען איבער דער װעלט. זײ הײבן אָן פֿון גאָרנישט און דערגרײכן די מדרגה, װען זײ קענען לײענען און אָפּשאַצן די ייִדישע ליטעראַטור. ישֹראל נעקראַסאָװ, אַ דיכטער פֿון פּעטערבורג, װאָס איך האַלט פֿון אים זײער שטאַרק, איז אַ גװאַלדיקער דיכטער. מאַרעק טושעװיצקי, װאָס איך האָב דערמוטיקט אים און געדרוקט זײַן ערשט בוך, איז אַן עטנישער פּאָליאַק, נישט קײן ייִד, װאָס האָט אױסגעלערנט ייִדיש און געװאָרן אַ ייִדישער דיכטער. מיר האָבן נאָך אַלץ צענדליקער שעפֿער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און מיר האָבן צו װעמען זיך װענדן. נאָך אײן זאַך, װאָס איז די װיכטיקסטע, לױט מײַן מײנונג: מיר האָבן אין דער לעצטער צײַט אַ װאַקסנדיקן אינטערעס צו דער ייִדישער שפּראַך און קולטור צװישן די געבױרענע ישֹראלים, װאָס פֿאַרשטײען כּמעט ניט קײן ייִדיש. איך שרײַב זינגלידער אױף ייִדיש און אַרבעט מיט אונדזערע עסטראַדע־גרופּעס, װאָס בראש פֿון זײ שטײט גרשון לײזערסאָן. ער איז זײער פּאָפּולער אין ישֹראל כלי־זמר.

 

נ.ב.: טײַערער װעלװל, איך באַװוּנדער דײַן אומאױסשעפּלעכע שאַפֿערישקײט און איך װינטש דיר לאַנגע, געזוננטע, פּראָדוקטיװע יאָרן אַרבעט לטבֿות ייִדיש. דו ביסט אַ גרױסער מאָלאָדיעץ!

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *