נאָטיצן פֿון אַ פּובליציסט אַ פֿעמיניסט

נאָטיצן פֿון אַ פּובליציסט אַ פֿעמיניסט

מיכאל פֿעלזענבאַום

מיכאל פֿעלזענבאַום איז געבוירן געוואָרן אין 1951סטן יאָר אין וואַסילקאָוו, אוקראַיִנע. אויפֿגעוואַקסן אין אַ ייִדיש שטעטל פֿלאָרעשט, בעסאַראַביע. געוווינט און געאַרבעט אין רוסלאַנד, רומעניע, דײַטשלאַנד, פֿראַנקרײַך און שווייץ.

עולה געווען אין 1991.

מיכאל פֿעלזענמאַום איז דער מחבר פֿון 21 ביכער אויף ייִדיש, – פּאָעזיע, פּראָזע און דראַמאַטורגיע, וועלכע זײַנען איבערגעזעצט געוואָרן אויף בערך צוואַנציק שפּראַכן.


די פּרשה פֿון דער לעצטער װאָך – חײ שֹרה, שֹרהס לעבן – פֿאָדערט פֿון אַלע מענטשן, לכּל־הפּחות פֿון די מענער, װעלכע האַלטן זיך פֿאַר מענער, איבערצוקלערן די אײגענע װי אױך אַלגעמײנע באַציִונג צו די פֿרױען, און אין דער ערשטער רײ – דעם באַזונדערן מעמד פֿון אַ פֿרױ – אַ באָבע, אַ מאַמע, אַ װײַב, שװעסטער, טאָכטער, חבֿרטע, שכנע און פּשוט אַ צופֿעליקע פֿאַרבײַגײערין…

די מענטשן, װעלכע זײַנען געבױרן געװאָרן אין יענע צײַטן, װען דאָס װאָרט «פֿרױ» פֿלעגט מען אַרױסרעדן מיט התלהבֿות און אַ גרױסן הערצלעכן כּבֿוד, פֿאַרשטײען, אַז נישט אַלץ, װאָס איז מאָדערן, איז טאַקע אומבאַדינגט גוט. װעגן די אינטעלעקטואַלן און קינסטלער דאַרף מען פֿירן אַ באַזונדערן געשפּרעך, װײַל בײַ זײ איז אין משך פֿון טױזנטער יאָרן דאָס געשטאַלט פֿון אַ פֿרױ געװען פּשוט פֿאַרגעטערט און פֿאַרגליכן צו דער אוניװערסאַלער שײנקײט און ליבע. אָבער געװען איז דאָס מיט יאָרן צוריק, ניט בײַ די לעצטע דורות, און טאַקע נאָך פֿאַר דער אַזױ גערופֿענער סעקסועלער רעװאָלוציע, און אױך די פֿרױען, אַזױ זעט עס אױס, האָבן זיך פֿריִער געהאַלטן בײַ אַ כּלל – צנועות איז אַ מעלה און אַ לײַטישער מענטש בכלל און אַ צניעותדיקע פֿרױ ביפֿרט רעדט נישט װעגן די שלאָפֿצימער־סודות.

מילא, נײַע צײַטן נײַע לײַטן, און כאָטש די פֿרױען און די מענער זײַנען געבליבן דער זעלבער ביאָלאָגישער מין, אָבער דאָס װאָס איז פֿריִער געװען אַ טאַבו, איז הײַנט געװאָרן אַ מין מאַזאָכיסטישע עפֿנטלעכע פּסיכאָאַנאַליסטישע טעראַפּיע, – מענער און פֿרױען פֿון כּלערלײ עלטערן, באַזונדער אין אַזױ גערופֿענער פֿרײַער װעלט, לױפֿן צום מיקראָפֿאָן און פֿאַרמעסטן זיך אין אַנטדעקן די סודות װעגן זײערע פּערזענלעכע איבערלעבונגען אױפֿן געביט פֿון די סעקסועלע און כּאילו סעקסועלע איבערלעבונגען און באַלעסטיקונגען. געפֿעלן געפֿעלט עס מיר נישט, – נישט אױב דאָס, װאָס די געזעלשעפֿטלעכע טוער דערצײלן איז אמת, און אױך ניט אױב דאָס איז ניט־אמת, נאָר אַ מין ביליגע מאַזאָכיסטיש־עקסגעביציאָניסטישע זעלבסט־רעקלאַמע און אַזאַ מין «אַ רחמנות אױף זיך אַלײן». עס איז ניטאָ קײן ספֿק, אַז יעדער פֿאַרברעכערישער פֿאַל מוז באַשטראָפֿט װערן, און טאַקע לטובֿת דער יושרדיקײט עקזעסטירן – די פּאָליצײ, געריכט און תּפֿיסות. אָבער כ’בין ניט זיכער, אַז ראַדיאָ, צײַטונגען און טעלעװיזיע זײַנען אַ פּאַסיקע בינע פֿאַר באַהאַנדלען די געשעענישן, װעלכע, אױב דאָס איז אמת, זײַנען פֿאָרגעקומען מיט גוטע פֿופֿציק יאָר צוריק, און װען דער, אין גענדזן־פֿיסלעך «באַשולדיקטער», איז שױן פֿון לאַנג אױף יענער װעלט. װוּ איז דער שֹכל צו שטעלן אַ טױטן צום מישפּט?… אַפֿילו װען ער, דער געשטאָרבענער, איז געװען יאָ שולדיק מיט אַריבער פֿופֿציק יאָר צוריק, מיט װאָס זאָל ער קאָמפּענסירן זײַן פֿאַרברעכערישן חטא?… מיט אַ שטיקל תּכריכים?… אַ ביטערע מעשֹה, ס’פֿאַרשטײט זיך, אין מײַנע אױגן, זײַנען די אַלע לױפֿענישן צו די מיקראָפֿאָנען, באַזונדער װען די גאָר עלטערע מענטשן לאָזן זיך פֿאַרפֿירן און אַרײַנציִען אין די שמוציקע פּאָליטישע שפּילן פֿאַר די װאַלן און בעת די װאַלן. ס’איז פּשוט אַ רחמנות אױף די נאַיִװע עלטערע־לײַט. די גמרא זאָגט דאָך, – די פּראָסטאַקעס, װאָס עלטער װערן זײ אַלץ מער װאַקסט זײער נאַרישקײט, און פֿאַרקערט, – די חכמים, װאָס עלטער װערן זײ, אַלץ מער װאַקסט זײער קלוגשאַפֿט. און אַ ביסל שֹכל, מײַנע דאַמען און הערן, אַזױ מײן איך, האָט נאָך קײנעם ניט געשאַטן…

* * *

איך מײן, אַז דאָס איז נישט קײן צופֿעליקײט, אַז דער סאַמע רירעװדיקער מדרש, אַ לעגענדע װעגן דער מוטער שֹרה געפֿינט זיך אינעם «ספֿר הישר», דאָס בוך פֿון גערעכטיקײט, אָדער אָרנטלעכקײט, און די גאָר אַלטע דערצײלונג איז אַזױ הײמיש און װאַרעם, אַז הױך הײַנט קלינגט זי זײער אַקטועל און טיף ייִדישלעך. און אָט איז די דערצײלונג:

װען דער ניט־גוטער האָט דערזען, אַז אַבֿרהם־אָבֿינו קערט זיך אום אַהײם מיט זײַן זון יצחקן, נאָך דער עקדה, האָט ער זיך פֿאַרשטעלט פֿאַר אַן אַלטן מאַן און איז אַװעק צו שֹרהן און איר געזאָגט: אָ, שּׂרה, דו, אומגליקלעכע מאַמע. האָסטו נאָך נישט געהערט װאָס האָט געטראָפֿן מיט דײַן זון יצחק? דײַן מאַן אַבֿרהם האָט אים אַװעקגעפֿירט צו אַן עקדה. און דער יונג האָט געשריִען, אַז דער טאַטע זאָל אױף אים רחמנות האָבן, נאָר אַבֿרהם האָט זיך ניט צוגעהערט צו זײַנע געשרײען און אים געשאָכטן.

װען שֹרה האָט דאָס דערהערט, האָט זי באַשאָטן איר קאָפּ מיט אַש, זיך געװאָרפֿן אױף דער ערד און געשריִען און געװײנט:

אָ, יצחק, מײַן זון, מײַן טײַער קינד! װאָס טױג מיר מײַן לעבן אָן דיר?… איך האָב דיך געבױרן און אױפֿגעצױגן און דו ביסט בײַ מיר געװען טײַערער פֿון מײַן לעבן, און איצט…

און שֹרה האָט אײַנגעגראָבן איר קאָפּ אין שױס פֿון אײנער פֿון אירע דינסטן, װעלכע האָט געװאָלט זי טרײסטן, און איז שטיל געבליבן װי אַ שטײן… אָבער דאָס האַרץ פֿון אַ מאַמע האָט זי אױפֿגעהױבן פֿון דער ערד און שֹרה האָט זיך געלאָזט גײן קײן חבֿרון און אַלע פֿאַרבײַגײער אױפֿן װעג האָט זי אױסגעפֿרעגט װעגן איר זון יצחקן, אָבער די מענטשן האָבן נישט געװוּסט װאָס איז געטראָפֿן מיט אים. און זי איז געקומען מיט איר סװיטע קײן קרית־אַרבע און דאָרט האָט זי זיך אַװעקגעזעצט, װײַל זי האָט מער קײן כּוח נישט געהאַט צו גײן, און געבעטן פֿון אירע מענטשן, אַז זײ זאָלן גײן זוכן אַבֿרהמען און יצחקן. און די מענטשן זײַנען אַװעק זוכן אָבער האָבן נישט געפֿונען. װען דער ניט־גוטער האָט דערזען שֹרהס שרעקלעכע לײַדן און דערהערט איר ביטער געװײן, האָט ער אױפֿגעציטערט און אױפֿס גיך זיך פֿאַרשטעלט און אױסגעזען פּונקט װי יצחק. װען שֹרה האָט פּלוצעם דערזען דאָס פּנים פֿון איר אײנציקן זון, האָט זי זיך אַזױ שטאַרק דערפֿרײט, אַז פֿון שּׂימחה און אױפֿרעגונג איז איר די נשמה אױסגעגאַנגען און זי איז נסתּלק געװען פֿון דער װעלט.

אָט אַזאַ אַלטע־אַלטע לעגענדע, נאָר װי אַקטועל זײַנען די באַמיִונגען פֿונעם ניט־גוטן צו פֿאַרביטערן דאָס לעבן פֿון ייִדן, אַ מאָל מיט אַ ליגן, אַ מאָל מיט אױסגעטראַכטע פּליאָטקעס, אָבער מיר גלײבן, אַז נאָך לאַנגע־לאַנגע טױזנטער יאָרן װעלן אונדזערע מאַמעס, טעכטער און שװעסטער באַגריסן יעדע נײַע װאָך מיט אַ לעבעדיקער טראַדיציאָנעלער ייִדישער באַגריסונג, – גאָט פֿון אָבֿרהם און פֿון יצחק און יאַנקעװ…

* * *

אַ ביסל ייִדישע פּליאָטקעס

 

לינגװיסטיק איז אַ קאַפּריזנע דאַמע, און די ייִדישע לינגװיסטיק – באַזונדער. ס’איז דען אַ חידוש, װען איר האָט צו טאָן מיט אײַנפֿלוסן פֿון דער גערמאַנישער, סעמיטישער, סלאַװישער, ראָמאַנישער און טיורקישער שפּראַכגרופּעס? און צוזאַמען מיט די פֿרעמדע װערטער דרינגען אַרײַן אין דער שפּראַך אױך די עלעמענטן פֿון אַן אַנדער קולטור. איר געדענקט, מסתּמא, דעם אַלטן ייִדישן אַנעקדאָט װעגן אַ רבי, װעלכער דערקלערט זײַנע תּלמידים װי מאָדנע איז די רוסישע שפּראַך, – «גיט אַ קוק, קינדער, װי פֿאַרדרײט איז די גױיִשע שפּראַך. למשל, «נאַסטיע»[1] איז אַ נאָמען פֿון אַ שיקסע, און «ניע[2]־נאַסטיע» איז אַ שלעכטער װעטער».

אָט דער אָ «ניט» אָדער «אומ־»[3] אױף ייִדיש, האָט מיך זײער דערפֿרײט, װען איך האָב זיך גענומען איבערלײענען די מדרש־מעשׂהלעך פֿונעם ספֿר «בראשית רבה», און באַזונדער דאָס מעשׂהלע «די באַשאַפֿונג פֿון חװה», װײַל הײַנט װעל איך לױבן די פֿרױען. אינטערעסאַנט אין דעם מעשׂהלע איז די שיטה, דער צוגאַנגן פֿון אײבערשטן בײַם אױסקלײַבן דעם טײל פֿון אָדמס קערפּער, פֿון װעלכן ער זאָל באַשאַפֿן די פֿרױ.

און דער אײבערשטער האָט געזאָגט: «איך װעל זי ניט באַשאַפֿן פֿון זײַן קאָפּ, כּדי זי זאָל זיך ניט האַלטן גרױס.» איר האָט שױן דערפֿילט, מײַנע טײַערע דאַמען און הערן, אַ מין מאָדנעם צוגאַנג. דער אײבערשטער גרײט זיך צום באַשאַפֿן־פּראָצעס, נאָר ער הײבט אָן מיט אַ פֿאָרזיכטיקן «ניט באַשאַפֿן». דער אײבערשטער הײבט אָן פֿון אָדמס קאָפּ און גײט װײַטער, – «כ’װעל זי באַשאַפֿן ניט פֿונעם אױג, זי זאָל ניט זײַן נײַגעריק אַלץ צו זען, און ניט פֿון אָדמס אױער, זי זאָל ניט זײַן צו נײַגעריק אַלץ אונטערהערן, און ניט פֿון זײַן מױל, זי זאָל ניט זײַן קײן פּלאַפּלערקע, און ניט פֿון זײַן האַרץ, זי זאָל ניט זײַן אַן אײפֿערזיכטיקע, און ניט פֿון זײַן האַנט און ניט פֿון זײַן פֿוס, זי זאָל ניט זײַן קײן שלעפּערקע און אַן אַרומלױפֿערקע. און שױן איבעררעכנדיק אַלע אָפֿענע טײלן פֿון אָדמס קערפּער, פֿאַלט דער אײבערשטער אױף אַ געדאַנק צו באַשאַפֿן חװה פֿון אַ באַהאַלטענעם אָרט אין אָדמס קערפּער, אַזאַ אָרט, װאָס איז צוגעדעקט אַפֿילו װען ער שטײט אַ נאַקעטער, דהײַנו, – פֿון אַ ריפּ, אַז די פֿרױ זאָל זײַן אַ באַשײדענע און אַ צניעותדיקע».

און איך פֿרעג אײַך, מײַנע דאַמען און הערן – נו, ס’האָט געהאָלפֿן? איך מײן דעם אײבערשטנס שיטה. אװדאַי געהאָלפֿן, װי אַ טױטן באַנקעס. דעריבער, מײן איך, צו אָט דעם־אָ קאַפּױערדיקער באַשאַפֿן־שיטה איז מער פּאַסיק אַ לינגװיסטישער צוגאַנג און ניט דער פֿילאָסאָפֿישער מיט זײַן פֿאָרזיכטיקן «ניט». אָט, גיט אַ קוק. אין ייִדיש עס זײַנען דאָ צװײ װערטער, װעלכע פֿאָנעטיש קלינגען כּמעט אידענטיש, – די מערצאָל פֿון אַ ריפּ – ריפּן, און דער װערב ריפּען, װי אױך זײַן רעפֿלעקסיװע פֿאָרעם «ריפּען זיך», אױף לײַטיש ייִדיש – באַװעגן זיך, שװינדלען. אױף אַזאַ אופֿן, מײן איך, האָט דער אײבערשטער מרמז געװען חװהן – אַזױ װי דו ביסט אַ ריפּנפֿרױ, זיץ זיך שטילערהײט װוּ דו זיצסט און ריפּע זיך ניט. אין די באַציִונגען מאַן־פֿרױ אַלץ איז קלאָר, אַפֿילו װען די סיטואַציע איז אַ פֿאַרפּלאָנטערטע, מע װעט זיך שױן גיבן אַן עצה. איצט, מײַנע דאַמען און הערן, בין איך כּמעט זיכער, אַז ניט נאָר די ייִדישע לינגװיסטיק איז אַ קאַפּריזנע דאַמע, נאָר אױך דאָס ייִדישע לעבן איז ניט פֿון די פֿאָרױסזעענדיקע זאַכן. מילא, אַבי מיר קענען זיך פֿאַרלאָזן אױף די ייִדישע טעכטער, װײַבער און מאַמעס, כאָטש גײ װײס װאָס האָט דער אײבערשטער געהאַט אין זינען, װען ער האָט באַשלאָסן צו באַשאַפֿן אַ פֿרױ לױט אַזאַ קאָקעטישער «ניט»־שיטה. אַזױ צי אַנדערש, נאָר װי גוט װאָלט געװען, װען די מענער װאָלטן געזעסן און זיך ניט געריפּעט, און אַ פֿרױ װאָלט ממשיך געװען צו זײַן די פֿעסטע ריפּנשוץ פֿון דער ייִדישװעלט.

מיכאל פֿעלזענבאַום

[1] נאַסטיע — פֿאַרקירצט פֿון אַנאַסטאַסיע

[2] ניע — אַ נעגאַציע־פּרעפֿיקס אין אַ סך סלאַװישע שפּראַכן. באַדײַט – נײן, ניט, אומ־…

[3] צום בײַשפּיל, — מעגלעך און אוממעגלעך, ניט מעגלעך

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *