אויפן זיבעטן הימל פון נחת: 92 יאָר פון ליבע-דערקלערונגען

אויפן זיבעטן הימל פון נחת: 92 יאָר פון ליבע-דערקלערונגען - Марк и Белла Шагал с дочерью Идой, 1924

Марк и Белла Шагал с дочерью Идой, 1924

דעם 51 דעצעמבער 9881 יאָר איז געבוירן געוואָרן בעלא ראָזענפעלד — דאָס ערשטע ווײַב פונעם קינסטלער מארק שאגאל

קיינער פון די בארימטע קינסטלערס חוץ מארק שאגאל האָט ניט איבערגעגעבן אזוי פּראָסט און פּינקטלעך דאָס געפיל פון אָפּגעריסנקײַט פון דער ערד, וואָס עס קומט אויף בײַ די פארליבטע. מארק שאגאל האָט זיך באקענט מיט בעלא ראָזענפעלד אין וויטעבסק אין 9091, אין 6 יאָר ארום האָבן זיי חתונה געהאט און פארבראכט צוזאמען 92 יאָר, ביזן סאמע טראגישן טויט פון בעלא. און אָט די גאנצע יאָרן האָט ער ניט אויפגעהערט צו דערקלערן זיך איר אין ליבע און צו ווידמענען איר זײַנע בילדער. דאָס געשטאלט פון בעלא קענען מיר זען אויף די הונדערטער לײַוונטן פון מארק שאגאל.

נישט געקוקט אויף א פאנטאסטישער, באצויבערלעכער אטמאָספער פון שאגאלס בילדער, אנטהאלטן זיי תמיד די קאָנקרעטע פּרטים, וועלכע געבן איבער זייער רעאליסטיש דעם לעבנשטייגער, דעם אינטעריער אָדער די שטאָטישע פּייזאזשן. די פארליבטע גלײַך ווי דערהייבן זיך איבער אָט דעם לעבנשטייגער, איבער דער שטאָט. אָבער די דאָזיקע דעטאלן זײַנען סימוואָלישע — אין א צימער קען מען דערזען די עלעמענטן פונעם אינטעריער פון שאגאלס וווינונג, און אין א שטאָט — די אלטע שטיבלעך פונעם פּראָווינציעלן וויטעבסק. בײַם שאפן די שטאָטישע פּייזאזשן האָט דער קינסטלער אָפט אויסגעניצט די פּאָסטקארטלעך מיט וויטעבסקער בילדער.

פול מיט ליבע און צערטלעכקײַט איז דאָס בילד ”געבורטסטאָג“. איין מאָל, נאָך ביז זייער חתונה, איז בעלא געקומען צו מארק אויף זײַן געבורטסטאָג. זי איז געווען מיט א בוקעט בלומען, און דאָס האָט אזוי אינספּירירט דעם קינסטלער, אז ער האָט גלײַך געמאכט אן עסקיז פונעם קינפטיקן בילד. בעלא האָט זיך דערמאָנט וועגן דעם טאָג: ”ריר זיך נישט! שטיי וווּ דו שטייסט! (איך האלט די בלומען)… דו ווארפסט זיך צום לײַוונט, וואָס ציטערט אונטער דײַן האנט. דו טונקסט אײַן די פּענדזלען. עס פלייצן די פארן: רויטער, בלאָווער, ווײַסער, שווארצער. דו האָסט מיך פארדרייט אין קאָלירן-ווירבל. און פּלוצעם דו רײַסט זיך אָפּ פון דער ערד און שלעפּסט מיך בײַ דער האנט. ס’ווילט זיך אונדז אויף דער פרײַ, דורכן פענצטער-גלאָז. דאָרטן איז דער בלויער הימל, די וואָלקנס רופן אונדז“.

דעם צושטאנד פון א בארוישנדיקן גליק גיט איבער אן אומגעוויינלעכע קאָמפּאָזיציע פונעם בילד ”טאָפּל-פּאָרטרעט מיט א בעכער ווײַן“: דער קינסטלער זיצט אויף בעלאס פּלייצעס מיט א בעכער אין דער האנט. בעלא, דוכט זיך, שוועבט איבער דער ערד. צוויי פיגורן שאפן א גרינגינקע ווערטיקאל, וואָס איז געווענדט ארויף. נישט געקוקט אויף אלע שוועריקײַטן פון דער מלחמה-צײַט, בלײַבן זיי גליקלעכע.

מארק שאגאלן האלט מען פאר א סוררעאליסט, א קינסטלער, וועלכער וווינט אין דער וועלט פון חלומות, אָבער שאגאל אליין האָט, פארקערט, אונטערגעשטראָכן: ”האלט מיך נישט פאר א פאנטאסט! גאָר פארקערט — איך בין א רעאליסט. איך האָב ליב די וועלט“. די שאפונג פון מארק שאגאל איז אזוי אָריגינעל, אז ס’איז שווער אים צורעכענען צו א באשטימטער ריכטונג, גרופּע אָדער שול. ער האָט געשאפן זײַן אייגענע מיפאָלאָגיע, דעם איינמאָליקן סטיל, וואָס מע רופט אים אָן ”א מאָלערישע עקוויליבריסטיק“.

זײַן ליבע צו בעלא האָט ער דורכגעטראָגן דורכן גאנצן לעבן, אפילו נאָך איר טויט האָט ער נישט אויפגעהערט צו מאָלן אירע פּאָרטרעטן: ”מע קען אלץ ענדערן אין לעבן און אין קונסט, און אלץ וועט זיך ענדערן, ווען מיר וועלן פּטור ווערן פונעם ביזאָיען און זאָגן דאָס וואָרט ליבע. טאקע אין דעם וואָרט איז פאראן די אמתע קונסט: אָט איז מײַן גאנצע מײַסטערשאפט און מײַן גאנצע רעליגיע“.
דאָס זײַטל האָט צוגעגרייט יעלענא סאראשעווסקאיא

На седьмом небе от счастья: 29 лет признаний в любви художника Марка Шагала своей жене

15 декабря (по новому стилю) 1889 года родилась Белла Шагал (настоящее имя — Бася-Рейза Шмуйлова Розенфельд) — первая жена художника Марка Шагала

Марк Шагал. Над городом, 1914–1918

Никто из знаменитых художников не передавал так просто и точно того воздушного, волшебного ощущения оторванности от земли, которое появляется во время влюбленности, как один из самых известных представителей художественного авангарда ХХ в. Марк Шагал. Художник познакомился с Беллой Розенфельд в Витебске в 1909 г., через 6 лет они поженились и провели вместе 29 лет, вплоть до трагической смерти Беллы. Все это время он не уставал признаваться в любви и посвящать ей свои картины. Образ Беллы встречается в сотнях работ Шагала.

Марк Шагал. Венчание, 1918

Несмотря на сказочную, волшебную атмосферу, полотна Шагала всегда содержат конкретные детали, реалистично воспроизводящие быт, интерьер или городской пейзаж. Влюбленные всегда словно возносятся над этим бытом, над городом, но эти детали не абстрактны и не условны – в комнате угадываются элементы интерьера их жилища с Беллой, в городе узнаваемы ветхие домики провинциального Витебска. При создании городских пейзажей автор часто использовал открытки с видами Витебска начала ХХ в.


Марк Шагал. День рождения, 1915

Любовью и нежностью переполнена картина «День рождения». Как-то еще до свадьбы Белла пришла к Марку на день рождения с букетом цветов, и это так вдохновило художника, что он тут же сделал набросок будущей картины. Белла вспоминала о том дне: «Не двигайся, стой, где стоишь!» (Я все еще держу цветы)… Ты бросаешься к полотну, дрожащему под твоей рукой. Обмакиваешь кисти. Хлещет красный, синий, белый, черный. Ты закружил меня в вихре красок. И внезапно ты отрываешься от земли и тянешь меня за собой. Нам хочется на волю, сквозь оконные стекла. Там синее небо, облака зовут нас».

Шагал любит изображать себя рядом с Беллой, при этом влюбленные либо вместе парят в бесконечном белом пространстве, либо один из них увлекает за собой другого. Состояние упоительного счастья передает необычная композиция картины «Двойной портрет с бокалом вина»: художник изобразил себя сидящим на плечах у жены с бокалом в руках. При этом Белла словно не касается ногами земли и две фигуры образуют невесомую вертикаль, устремленную вверх. Несмотря на все тяготы военного времени и все невзгоды, влюбленные остаются счастливыми.

Марк Шагал. Прогулка, 1917–1918

Марка Шагала иногда называют сюрреалистом, художником, живущим в мире снов. Так, например, поэт Луи Арагон призывал: «Не будите художника! Он видит сны, а сновидения – это святое!». Шагал, напротив, неоднократно подчеркивал: «Не называйте меня фантастом! Совершенно наоборот, я реалист. Я люблю мир». Его творчество настолько самобытно, что вряд ли можно причислить его к какому-то определенному направлению, группе или школе. Одно время он увлекался кубизмом и сюрреализмом, но в результате создал свою собственную мифологию, неповторимый стиль, который часто называют живописной эквилибристикой.

Любовь к Белле он пронес через всю жизнь, даже после ее смерти продолжая писать ее портреты: «Все можно изменить в жизни и в искусстве, и все изменится, когда мы избавимся от стыда, произнося слово Любовь. В нем настоящее искусство: вот все мое мастерство и вся моя религия».

Источник: kulturologia.ru

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *