Архив автора: Елена Сарашевская

מיטן וועג פונעם לעבן

די טעג זײַנען צו גאסט אין ביראָבידזשאן געווען דוד מאנסקי און שירה זינגער — די אמעריקאנער, וועלכע מאכן זייער א לאנגע (כמעט צוויי חדשים), אינטערעסאנטע און גלײַכצײַטיק טרויעריקע רײַזע. דודס משפּחה (זײַן קינפטיקער פאָטער, פעטער, מומע און באָבע) האָט זיך געראטעוועט פונעם דריטן חורבן א דאנק דעם יאפּאנישן דיפּלאָמאט טשיִונע סוגיהארא, וועלכער האָט זומער-צײַט 0491 […]

ווידער אויפן בארג-אָפּריס

יעווגעני יעווטושענקאָ — דאָס דאָזיקע יינגל איז ניט קיין ייִד? — ניין? קיין ייִד. — פארוואָס זשע שרײַבט ער אין זײַן אווטאָביאָגראפיע וועגן דעם באבי יאר? — אזא חשד איז געפאלן אויף אנאטאָלי קוזנעצאָוון, א יונגן זשורנאליסט פון קיִעוו, מחמת זײַן ”ניט-געזונטן אינטערעס“ צו דער טראגעדיע אין באבי יאר. דעמלט איז שוין דורכגעגאן א יאָר […]

דאָס ווידערקול פון דער געשיכטע

אינעם ארכיוו פון דער נאציאָנאלער ביבליאָטעק פון ישראל האָט מען געפונען א טעלעגראם פון 3491 יאָר, וואָס דער פירער פון עסעס היינריך הימלער האָט געשיקט דעם מופטי פון ירושלים אמין אל-הוסייני אין דער טעלעגראם אויף דער דײַטשישער שפּראך ווערט מיטגעטיילט, אז ”די נאציאָנאל-סאָציאליסטישע באוועגונג פונעם גרויסן דײַטשלאנד לאָזט ניט אראָפּ דאָס אויג פון די אראבער, […]

טשאטשא-נופּורי — טיאטיא-דאקע: 8 אינטערעסאנטע פאקטן וועגן דעם וווּלקאן טיאטיא

טיאטיא — איז א העכסטער אקטיווער וווּלקאן און א סימבאָל פונעם רוסלענדישן אינדזל קונאשיר (קורילן). ער איז 9181 מעטער אין דער הייך און א דיאמעטער פון זײַן קראטער איז מער ווי א קילאָמעטער. די אלטגעזעסענע תושבים האָבן אים אָנגערופן ”טשאטשא-נופּורי“, וואָס מיינט ”א פאָטער א בארג“. די יאפּאנער רופט אים ”טיאטיא-דאקע. פאר א ריכטיקער פאָרם […]

וואָס איז דער סוד פון אלבערט איינשטיין?

די מערהײַט מענטשן, אויב מע וועט זיי בעטן איבערצורעכענען די גרעסטע פיזיקערס פון דער וועלט, וועלן געוויס צום אלעם ערשטן אָנרופן דעם נאָמען פון אלבערט איינשטיין. דאכט זיך, אז זײַן וויסנשאפטלעכע ירושה איז גענוי אויסגעפאָרשט און אז אין זײַן ביאָגראפיע זײַנען ניטאָ קיין סודות. אָבער דאָס איז גלאט נישט אזוי ”אָן א ברעקל טאלאנט“

ווינט פון ענדערונגען

”ווינט פון ענדערונגען“ — מיט אזא טעמע זײַנען פארייניקט פערציק אויסשטעלונגען פועם 01טער אינטערנאציאָנאלן ביענאלע ”מאָדע און סטיל אין פאָטאָגראפיע — 7102“. איינע פון די סאמע בולטע עקספּאָזאָצאָעס האָט זיך געעפנט אין מאָסקווע אין מולטימעדיא ארטא-מוזיי. אייגנטלעך, עס זײַנען צוויי אויסשטעלונגען פון צוויי פארשיידענע, אָבער אין עפּעס-וואָס זייער ענלעכע מײַסטערס — מישעל סימא און איגאָר […]

Спектакль будет – если захотите

Ефим Звеняцкий, художественный руководитель Приморского академического краевого драматического театра имени Максима Горького – о родном Амурзете, творчестве как религии и о том, как наполнить зрительные залы Биробиджана

א כאסענע אין ביראָבידזשאן

וואָס האָט זיך עס צעשלעפּט אזוי, צערוישט ביראָבידזשאן? דאָס איז מען אף א כאסענע א ייִדישער געגאן! נו, נו, איז דאָס א כאסענע א פריילעכע געווען, די וועלט האָט אזא כאסענע נאָך קיינמאָל ניט געזען! מיט פרייד האָט מען און ברייט האָט מען די כאסענע געגרייט, עס האָבן זיבן נייטערנס די פּאָוועלע גענייט, עס האָבן […]

אויף א הויכן ניוואָ

אינעם מאָסקווער ייִדישן קהילה-צענטער אין מארינא ראָשטשא האָבן זיך געעפנט די קורסן אין דער ייִדישער שפּראך. ”די לימודים פּלאנירט מען דורכפירן אין צוויי גרופּעס — פאר אָנהייבערס און פאר די, וועלכע האָבן שוין אייניקע קענטענישן אין דער שפּראך“, — האָט געזאָגט מרדכי ווײַסבערג. די סטודענטן וועלן זיך פארנעמען איין מאָל א וואָך. מע באהאנדלט אויך […]

בריוו פונעם ווײַטן מיזרח

א כינעזישער רעזשיסאָר האָט געזוכט אין בלאגאָוועשטשענסק צווישן די אָרטגעבירטיקע ייִדן די אקטיאָרן פאר זײַן נײַעם פילם. ”א בריוו פונעם ווײַטן מיזרח“ — אזוי רופט זיך אָן א טעלעוויזיע-פּראָיעקט, וואָס וועט דערציילן וועגן דעם גורל פון ייִדן, וועלכע זײַנען אטלאָפן פון די נאציס אויפן ווײַטן מיזרח און קיין כינע. די פילמירונגען וועלן זיך אָנהייבן שוין […]

יאן קארסקי און חסידי-אומות-העולם

דעם 72 יאנואר מערקט מען אָפּ דעם אינטערנאציאָנאלן טאָג פון אָנדענק פון די חורבן-קורבנות. צו דער דאטע וועט דער ערשטער קאנאל דעמאָנסטרירן א פולמעטראזשיקן דאָקומענטאלן פילם וועגן יאן קארסקי — דעם העלד פון דער צווייטער וועלט-מלחמה, קעמפער פון דער פּוילישער ווידערשטאנד-באוועגונג און אויטאָר פון די ערשטע אָפיציעלע באווײַזן וועגן דעם חורבן. די פּרעמיערע פונעם פילם […]

קעגן שטראָם

דאָס בוך פון סעבאסטיאן האפנער ”געשיכטע פון איינעם א דײַטש“ — איז נישט קיין ראָמאן און נישט קיין זכרונות. דאָס איז א דאָקומענטאלער באווײַז פון דעם, אז דאָס איז נישט קיין מוז-זאך — צו ברעכן זיך אונטער דער רעפּרעסיע-מאשין.

די נסים פון דער אָזערע עלטאָן

אלע האָבן געהערט וועגן די וווּנדערלעכע אייגנשאפטן פונעם ים המלח, אָבער א סך מענטשן ווייסן נישט, אז אין רוסלאנד איז פאראן אן אייגענע אָזערע, די וואסערן און היילשלאם פון וועלכער קענען זיך גלײַכן מיט הייל-פאקטאָרן פונעם ישראלדיקן קוראָרט

”פידלער אויפן דאך“

דער דיריגענט יורי באשמעט און דער גובערנאטאָר פון מאָסקווער געגנט אנדריי וואָראָביאָוו, דער זשורנאליסט לעאָניד פּארפיאָנאָוו און אנדערע אקטיוויסטן פון געזעלשאפטלעכן און קולטור-לעבן זײַנען געוואָרן די לאורעאטן פון דער פּרעמיע ”פידלער אויפן דאך“. די פײַערלעכע צערעמאָניע איז פאָרגעקומען אין מלוכה-קרעמל-פּאלאץ. באשמעט איז באערט מיט דער באלוינונג ”פאר א בײַטראָג אין דער אנטוויקלונג פון הײַנטצײַטיקער מוזיק-קונסט […]