אינעם טעאטער SUAHLEIPSUAHCS (דיסעלדאָרף) האָט מען אופגעפירט די פּיעסע ”מארי“ פון איסאק באבעל. אלס רעזשיסער פון דער אופירונג איז ארויסגעטראָטן אנדרעא ברעט, איינע פון די סאמע באדײַטנדיקע אָפּערע=רעזשיסערן פון דײַטשלאנד.
אינעם מעמאָריִאל=קאָמפּלעקס ”אוישוויץ=בזשעזינקע”, וועלכער געפינט זיך אף דער טעריטאָריע פונעם געוועזענעם נאצישן טויט=לאגער, וועט דורכגיין אן אויסשטעלונג פון צייכענונגען פון די אָסירים פון קאָנצענטראציע=לאגערן פון דער צווייטער וועלט=מילכאָמע.
ניט ווײַט פון איינער פון די הויפּט=מערקווירדיקײַטן פונעם שווארצן קאָנטינענט - וואסערפאל וויקטאָריִע - געפינט זיך די שטאָט ליווינגסטאָן (זאמביע). די גינסטיקע אָרטלאגע האָט פארוואנדלט ליווינגסטאָן אין א באדײַטנדיקן טוריסטישן צענטער.אָבער ווייניק מענטשן ווייסן, אז די שטאָט איז א היים פון איינער פון די עלטסטע ייִדישע קעהילעס פון דאָרעם=אפריקע.
דער נאָמען פון משה ווײַנבערג איז ברייט באוווּסט אין דער מוזיק=וועלט. דמיטרי שאָסטאקאָוויטש האָט אים געהאלטן פאר איינעם פון די גלענצנדיקע קאָמפּאָזיטאָרן פון דער הײַנטצײַטיקײַט.