Идиш

עמאַנויִל קאַזאַקעוויטש

עמ. קאַזאַקעוויטש איז געווען דער סאָוועטישער שרײַבער און דיכטער אויף ייִדיש און רוסיש. איז געבוירן געוואָרן אין קרעמענטשוג (איצט אוקראַיִנע), אין 1931 יאָר איז אריבערגעפֿאָרן קיין ביראָבידזשאַן. אין אַ יאָר אַרום זײַנען אַהין אַריבערגעפֿאָרן זײַנע עלטערן. זײַן פֿאָטער הענעך קאַזאַקעוויטש איז געוואָרן דער רעדאַקטאָר פֿון ״ביראָבידזשאַנער שטערן״, און עמקאַ (ווי מע האָט גערופֿן עמאַנויִלן) האָט מיטגעאַרבעט […]

אַהרון אַפּעלפֿעלד: אַ ייִדישער שרײַבער, וואָס האָט געשריבן אויף עבֿרית

ס׳איז געשטאָרבן דער העברעיִשער שרײַבער אַהרון אַפּעלפֿעלד. ווען עס גייען אַוועק אַזעלכע מענטשן, דאַכט זיך מיר, אַז יעדער, וואָס בלײַבט, וואָלט געדאַרפֿט, כאָטש אויף אַ רגע, זיך אומקוקן, ווי עס טרעפֿט אין מיטן אַ געיעג איבערן לעבן, ווען מע דערפֿילט פּלוצעם, אַז עמעצער האָט דיך אַ ריר געטאָן בײַם אַקסל.

״אין אַלץ וואָס איך טו״

ד»ר שבֿע צוקער, פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדיש, מחבר פֿון ייִדיש־לערן־מאַטעריאַלן און איבערזעצער, איז דער אױספֿיר־סעקרעטאַר פֿון דער ייִדיש־ליגע און דער שעף־רעדאַקטאָר פֿון איר אָרגאַן, אױפֿן שװעל. זי איז אײנע פֿון די אָנגעזעענסטע און בכּבֿודיקסטע ייִדיש־לערערס אױף דער װעלט. הונדערטער אױב ניט טױזנטער מענטשן לערנען זיך ייִדיש מיט דער הילף פֿון איר צװײ-בענדיקן לערנבוך ייִדיש: אַן אַרײַנפֿיר: לשון, […]

ווען אַנאַ האָט געטראָפֿן ייִדיש

אַנאַ שטערנשיס איז אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישע לימודים אינעם טאָראָנטער אוניװערסיטעט. זי האָט געקראָגן איר דאָקטאָראַט אינעם אָקספֿאָרדער אוניװערסיטעט (ענגלאַנד) אין 2001. אַנאַ איז אַ מחבר פֿון ״סאָװעטיש און כּשר: פּאָפּולערע ייִדישע קולטור אין סאָװעטן-פֿאַרבאַנד,   1923 – 1939״ (2006) און ״װען סאָניאַ האָט געטראָפֿן באָריסן: די בעל-פּה-געשיכטע פֿון ייִדישן לעבן אונטער סטאַלינען״ (2017).

דאָס לשון אױף מײַן צונג

דניאל קאַהן איז אַ באַװוּסטער אַמעריקאַנער קלעזמער, װאָס איז זײער שאַפֿעריש און נאָװאַטאָריש. ער זינגט פּרעכטיק ייִדישע לידער און זעצט זײ איבער אױף ענגליש אױף זײַן אײגענעם אופֿן, מיטן אייגנאַרטיקן חוש פֿאַר דער שפּראַך. ער איז אױך אַן אַקטיאָר, װאָס האָט געשפּילט מיטן גרױסן דערפֿאָלג אין עטלעכע ייִדישע פּיעסעס בתוכם ״טױט פֿון אַ סיילסמאַן״ און […]

מיטן וועג פונעם לעבן

די טעג זײַנען צו גאסט אין ביראָבידזשאן געווען דוד מאנסקי און שירה זינגער — די אמעריקאנער, וועלכע מאכן זייער א לאנגע (כמעט צוויי חדשים), אינטערעסאנטע און גלײַכצײַטיק טרויעריקע רײַזע. דודס משפּחה (זײַן קינפטיקער פאָטער, פעטער, מומע און באָבע) האָט זיך געראטעוועט פונעם דריטן חורבן א דאנק דעם יאפּאנישן דיפּלאָמאט טשיִונע סוגיהארא, וועלכער האָט זומער-צײַט 0491 […]