Идиш

די שווארצע מילך, אָדער דער קלאס פאָרט אין אוישוויץ

אין פּסקאָוו איז פאָרגעקומען א פּרעמיערע פונעם ספּעקטאקל ”די שווארצע מילך, אָדער דער קלאס פאָרט אין אוישוויץ“ די אויפפירונג לויט דער פּיעסע פונעם עסטרײַכער אויטאָר האָלגער שאָבער — איז א געמיינזאמער פּראָיעקט פון קינדער-ווארשטאט ”גוואָזדי“ און פּסקאָווער דראמע-טעאטער. אין צענטער פונעם סיוזשעט איז א געשיכטע פון א דײַטשישן דערוואקסלינג טאָמאס, וועמענס וועלט-אָנשויונג ווערט איבערגעאנדערשט נאָך […]

אנעס מתנה

מע האָט געפונען אן אומבאוווּסט ליד פון אנע פראנק דאָס מיידל האָט אָנגעשריבן דאָס ליד אין 2491 יאָר, ווען זי איז אלט געווען 21 יאָר. אנע האָט געווידמעט דאָס ליד דער ייִנגערער שוועסטער פון איר בעסטער חברטע, און זי האָט אָפּגעהיט דעם געשאנק ביז איר סאמע טויט.

א פאטאלע מוזע

אלמא שינדלער איז געבוירן געוואָרן אין ווין אין 9781 יאָר אין דער משפּחה פון א קינסטלער-פּייזאזשיסט. ווען זי איז אלט געווען 71 יאָר, האָט זי צוגעצויגן צו זיך די אויפמערקזאמקײַט פון גוסטאוו קלימט. ס’האָט געקאָנט ווײַט פארגיין, ווען נישט א וואכזאמער קאָנטראָל פון איר מוטער. ווען אלמא איז געווען אלט 02 יאָר, האָט זי זיך […]

צום אָנדענק פון שלום-עליכמען

דער מאָסקווער ייִדישער מוזיי און טאָלעראנץ-צענטער בײַ דער אונטערשטיצונג פונעם וווילטעטיקן פאָנד ”סאפמאר“ שטעלן פאָר די אויסשטעלונג ”שלום-עליכם. דער שרײַבער און זײַנע העלדן אין קונסט, טעאטער און קינאָ“

מיר געזעגענען זיך מיטן גרויסן אקטיאָר

דאָס געזעגענען זיך מיטן אקטיאָר וולאדימיר זעלדין, וועלכער איז געשטאָרבן דעם 13טן אָקטאָבער אין עלטער פון 101 יאָר, וועט דורכגיין מאָרגן אינעם טעאטער פון דער רוסלענדישער ארמיי. דער אקטיאָר וועט זײַן באגראָבן אויף נאָוואָדעוויטשיע בעת-עולם פריִער האָט דאָס ווײַב פונעם פאָלקס-ארטיסט פון פססר איוועטא זעלדינא האָט דערציילט, אז וולאדימיר האָט זיך דרײַ וואָך געפונען אינעם […]

”מײַן אייניקל בנימין“

די פאָלקס-ארטיסטקע פון רוסלאנד ליִע אכעדזשאקאָווא וועט שפּילן אין ישראל די ראָלע פון א ייִדישער מאמע און באָבע! ליודמילא אוליצקאיא האָט געשריבן איר פּיעסע וועגן א פרוי — רירנדיקער, אָבער הערשוויליקער מוטער, — זיך פאָרשטעלנדיק אין דער הויפּט-ראָלע גראָד די ארטיסטקע ליִע אכעדזשאקאָווא. און איר טרוים איז געוואָרן פארווירקלעכט. אויף די גרויסע בינעס פונעם מאלי […]

ער האָט געכאפּט דעם מאָמענט פון צײַט

באָריס סאנדלער מיט א גרינג הארץ שרײַב איך איצט די נאָטיצן וועגן דעם גלענצנדיקן זשורנאליסט און רעדאקטאָר יצחק לודען. ממש ערב ראָש-השנה האָב איך באקומען פון אים א בליץ-בריוול מיט גוטע ווינטשעוואניעס, וווּ ער שרײַבט אויך: ”זײַ מיר מוחל, וואָס איך האָב זיך נישט פריִער אָפּגערופן — דו ווייסט דאָך, אז אָקטאָבער איז נישט בלויז […]

Охотник за временем

Борис Сандлер, Нью-Йорк Эти заметки о блестящем журналисте и редакторе Ицхоке Лудене я пишу с легким сердцем. Буквально накануне Рош hа Шана я получил от него электронное письмо, полное добрых пожеланий к празднику.

אאוטיזם איז מער פארשטענדלעך

די געלערנטע פונעם אוניווערסיטעט אויפן נאָמען פון בן-גוריון האָבן געפונען, אז 156 נאָכאנאנדיקײַטן פון גענען פון די מענטשן מיט אאוטיזם האָבן די געמיינזאמע כאראקטעריסטיקעסס. וועדליק עס ווײַזט די פאָרשונג, זײַנען די געזוכטע גענען לענגער ווי די אנדערע, סײַ די געזונטע, סײַ די גענען, וועלכע זײַנען פארבונדן מיט די אנדערע קראנקהײַטן. חוץ דעם, זײַנען זיי ווייניק […]

ציל-אָרט: די לבנה

ישראל פּלאנירט אין קומענדיקן יאָר ארויסשיטן אויף דער לבנה א לונאָכאָד. דער קאָלעקטיוו LIECAPS האָט אונטערגעשריבן אן אָפּמאך מיט דער קאָמפּאניע XECAPS וועגן אויסניצן איר ראקעטע 9 NOCLAF, כדי ארויסשיטן אויף דער לבנה א לונאָכאָד. די ישראלדיקע קאָמפּאניע האָט געמאָלדן, אז דער לונאָכאָד וועט זיך לאָזן אין וועג אין דער צווייטער העלפט פון 7102 יאָר. […]

בהסכם מיטן געזעץ

אין דעם אוניווערסיטעט פון דער קאנאדער שטאָט לעטברידזש האָט מען בײַזײַטיקט פון דער ארבעט דעם פּראָפעסאָר ענטאָני האָל. די אָרגאניזאציע בני ברית האָט אים באשולדיקט אין פארשפּרייטן די טעאָריעס פון ציוניסטישער פארשווערונג און אין באוויליקן די ספּעקוליאציעס וועגן חורבן. מע האָט פארבאָטן דעם פּראָפעסאָר אלע קאָנטאקטן מיט זײַנע סטודענטן. דער פּרעסע-סעקרעטאר פונעם אוניווערסיטעט טרעוואָר קעני […]

וווּ איז דאָס געסעלע, וווּ איז דער דענקמאָל?

די ארכיטעקטן און קולטור-טוערס האָבן זיך אָפּגעזאָגט פון דער אידיי פונעם שאפן א דענקמאָל דעם דיכטער יוסף בראָדסקי אין סאנקט-פּעטערבורג, ווײַל עס האָט זיי ניט באפרידיקט קיין איין מעגלעכער וואריאנט וווּ צו שטעלן א מעמאָריאל. וועגן דעם האָט מיטגעטייל די אינפאָרמאציע-אגענטור ”טאסס“ מיט א פארופונג אויפן קונסט-פאָרשער, מיטגליד פונעם ארכיטעקטן-ראט פון רוסלאנד מיכאיִל מיכאלטשיק. ער […]

שלום פון יאפּאן

מיט סאטאָקאָ קאמאָשידא, אן ענטוזיִאסטקע פון ייִדיש, וועלכע וווינט אין טאָקיִאָ, האָבן מיר זיך באקענט הײַנטיקס יאָר, אויף די אינטערנעץ-שפּראך-קורסן פון ניקאָלײַ באָראָדולין. ער איז א געוועזענער ביראָבידזשאנער,וועלכער פארנעמט זיך מיט ייִדיש שוין מער פון צוואנציק יאָר, וווינענדיק אין ניו-יאָרק, און פארייניקט די ליבהאָבערס פון אָט דער שפּראך איבער דער גאנצער וועלט. סאטאָקאָ האָט דערציילט […]

דעם ארכיוו פון ווארשעווער געטאָ וועט מען ארויסלייגן אין דער אינטערנעץ

ייִדישער היסטאָרישער אינסטיטוט אין ווארשע וועט ארויסלייגן אין דער אינטערנעץ די מאטעריאלן פון רינגעלבלומס ארכיוו, אין וועלכן זײַנען פאראן די דאָקומענטן וועגן דעם לעבן אין ווארשעווער געטאָ. דער צוטריט צו אלע דאָקומענטן וועט זײַן אן אומגעצאָלטער. א טייל פון זיי וועט מען באשרײַבן ניט נאָר אויף פּויליש, נאָר אויך אויף ענגליש און העברעיִש. ס’איז אויך […]

דער ערשטער ייִדישער פּערסאָנאזש

אינעם טעאטער פון קוּווייט האָט מען אויפגעפירט א פּיעסע, צווישן די פּערסאָנאזשן פון וועלכן איז פאראן א ייִד. מע האָט צום ערשטן מאָל געוויזן אזעלכע פּיעסע אינעם עמיראט. וועגן דעם טיילט מיט דער טעלעקאנאק ”אל-אראביא.

קאָסמישער ליפט? פארוואָס נישט

די אויספאָרשער פון פשא, קאנאדע, גרויסבריטאניע און יאפּאן האָבן דערציילט בעת דער וויסנשאפטלעכער קאָנפערענץ, אז ס’איז מעגלעך צו שאפן א קאָסמישן ליפט. אזא אידיי, לויט זייערע השערות, קען מען רעאליזירן שוין אין 05 יאָר ארום.

אבאָרטן — פון חווהען ביז הילארי קלינטאָן

מיט 08 יאָר צוריק איז אין ראטן-פארבאנד אָנגענומען געוואָרן דער געזעץ, וואָס פארווערט די אבאָרטן. דאָס ”קרימינאליזירן“ אבאָרטן איז געווען אן היפּוך-אקט צו דעם געזעץ פון 0291, וואָס האָט פארקערט, דערלויבט צו מאכן אבאָרטן אין די שפּיטעלער אונטערן אויפזיכט פון א דאָקטער. ארויסלאָזנדיק אזא דעקרעט, איז די יונגע סאָוועטישע רעפּובליק געוואָרן די ערשטע אין דער […]