Идиш

דעם ארכיוו פון ווארשעווער געטאָ וועט מען ארויסלייגן אין דער אינטערנעץ

ייִדישער היסטאָרישער אינסטיטוט אין ווארשע וועט ארויסלייגן אין דער אינטערנעץ די מאטעריאלן פון רינגעלבלומס ארכיוו, אין וועלכן זײַנען פאראן די דאָקומענטן וועגן דעם לעבן אין ווארשעווער געטאָ. דער צוטריט צו אלע דאָקומענטן וועט זײַן אן אומגעצאָלטער. א טייל פון זיי וועט מען באשרײַבן ניט נאָר אויף פּויליש, נאָר אויך אויף ענגליש און העברעיִש. ס’איז אויך […]

דער ערשטער ייִדישער פּערסאָנאזש

אינעם טעאטער פון קוּווייט האָט מען אויפגעפירט א פּיעסע, צווישן די פּערסאָנאזשן פון וועלכן איז פאראן א ייִד. מע האָט צום ערשטן מאָל געוויזן אזעלכע פּיעסע אינעם עמיראט. וועגן דעם טיילט מיט דער טעלעקאנאק ”אל-אראביא.

קאָסמישער ליפט? פארוואָס נישט

די אויספאָרשער פון פשא, קאנאדע, גרויסבריטאניע און יאפּאן האָבן דערציילט בעת דער וויסנשאפטלעכער קאָנפערענץ, אז ס’איז מעגלעך צו שאפן א קאָסמישן ליפט. אזא אידיי, לויט זייערע השערות, קען מען רעאליזירן שוין אין 05 יאָר ארום.

אבאָרטן — פון חווהען ביז הילארי קלינטאָן

מיט 08 יאָר צוריק איז אין ראטן-פארבאנד אָנגענומען געוואָרן דער געזעץ, וואָס פארווערט די אבאָרטן. דאָס ”קרימינאליזירן“ אבאָרטן איז געווען אן היפּוך-אקט צו דעם געזעץ פון 0291, וואָס האָט פארקערט, דערלויבט צו מאכן אבאָרטן אין די שפּיטעלער אונטערן אויפזיכט פון א דאָקטער. ארויסלאָזנדיק אזא דעקרעט, איז די יונגע סאָוועטישע רעפּובליק געוואָרן די ערשטע אין דער […]

יערלעכער פעסטיוואל פון ייִדישע כאָרן אין אשקלון

אין ישראל פליט די צײַט באזונדערס גיך! דאכט זיך, ערשט נעכטן בין איך געווען אין אשקלון אויפן אל-ישראלדיקן ייִדישן כאָר-פעסטיוואל, און אָט איז שוין אדורך א יאָר, און איך בין ווידער געקומען אהער אויף א שימחה פון ייִדישער קולטור. דער זעלבער ריזיקער זאל פונעם אינטערנאציאָנאלן קאָנגרעס-צענטער, אָנגעפילט מיט ליבהאָבער פון ייִדישן ליד. אהער זײַנען זיך […]