דער טאַטע האָט געזאָגט: ״אַװדאי, ער איז אַ פּאָעט״

דער טאַטע האָט געזאָגט: ״אַװדאי, ער איז אַ פּאָעט״

דובֿ־בער קערלער – אַ ייִדישער לינגוויסט, רעדאַקטאָר און דיכטער – איז געבוירן געוואָרן אין 1958 אין מאָסקווע. ער איז דער זון פונעם באַוווּסטן ייִדישן דיכטער יוסף קערלער. אין 1971 איז ער צוזאַמען מיט די עלטערן עולה געווען קיין ישראל און האָט זיך באַזעצט אין ירושלים. נאָך דער אַרמיי־דינסט אין דער ישֹראלדיקער אַרמיי האָט דובֿ־בער קערלער זיך געלערנט אינעם העברעיִשן אוניווערסיטעט אין ירושלים און גראַדויִרט מיט אַ באקאַלאַוור דיפּלאָם אין אַלגעמיינער און אינדאָ־אייראָפּעיִשער לינגוויסטיק און אין יידישער ליטעראַטור. אין 1984 האָט ער אָנגעהויבן זיך לערנען אין דאָקטאָראַנטור פונעם אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט, וווּ ער איז געוואָרן דער ערשטער דאָקטאָראַנט, וואָס האָט זיך ספּעציִאַליזירט אין ייִדיש־שטודיעס. זײַן דאָקטאָראַט־אַרבעט וועגן מקורים פון דער הײַנטצײַטיקער ייִדישער ליטעראַטור־שפּראַך אין מזרח־אייראָפּע האָט דובֿ־בער פאַרטיידיקט אין 1988.

אין 1999 איז אַרויס זײַן מאָנאָגראַפיע,וועלכע ער האָט אָנגעשריבן אויפן סמך פון דער דאָקטאָראַט־פאָרשונג – Origins of Modern Literary Yiddish. די מאָנאָגראַפיע איז אין 2004 באַלוינט געוואָרן פון דער מאָדערנער שפראַך אַסאָציאַציע פון אַמעריקע ווי די בעסטע אָפּגעדרוקטע ענגליש־שפּראַכיקע פאָרש־אַרבעט איבער ייִדיש פאַר די לעצטע פינף יאָר. צווישן די יאָרן 1989 און 2000 איז דובֿ־בער קערלער געווען אַ דאָצענט און לעקטאָר פון דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור בײַם אָקספאָרדער אוניווערסטיעט.

אין 2001 איז ער אַריבערגעפאָרן קיין אַמעריקע, וווּ ער פאַרנעמט די כּהן־קאַטעדרע פון ייִדיש־שטודיעס אין דעם אינידאנע־אוניווערסיטעט, אין בלומינגטאָן.

דאָרט לערנט ער אַלץ װאָס האָט צו טאָן מיט ייִדיש – געשיכטע פֿון דער שפּראַך, ליטעראַטור, מיטן טראָפּ אױף דער ייִדישער קולטור און אַשכּנזישער ציװיליזאַציע, װי אױך די העבעישע שפּראַך און ליטעראַטור, װאָס זײַנען ענג פֿאַרבונדן. ער לערנט אױך די פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון רעליגיעזן ייִדנטום, כּדי די סטודענטן זאָלן בעסער פֿאַרשטײן די אַמאָליקע ייִדישקײט. חוץ דעם, לערנט ער אױך אַ קורס װעגן דער ייִדישער ליטעראַטור אין ענגלישער איבערזעצונג.

זינט 2002 שטייט ער בראָש פונעם לינגוויסטישן און עטנאָגראַפֿישן פּראָיעקט, וואָס אין זײַנע ראַמען ווערן אויפגענומען אויפן ווידעאָ אינטערוויוען מיט די עלטערע ייִדיש־רעדנדיקע אין אוקראַיִנע, מאָלדאָווע, רומעניע און אַ ריי אַנדערע ערטער אין מזרח־אייראָפּע. דער אָפיציעלער נאָמען פון דעם פראָיעקט איז אַהיים (AHEYM).

זינט 1993 רעדאַגירט ער דעם ״ירושלימער אַלמאַנאַך״, תחילת צוזאַמען מיט זײַן פאָטער, יוסף קערלער און שפּעטער – אַליין.

דובֿ־בער קערלער האָט אַ שם װי אַ געניטער און פּראָדוקטיװער ייִדישער פּאָעט. ער שרײַבט אױך אונטערן ליטעראַרישן פּען־נאָמען באָריס קאַרלאָװ און האָט אַרױסגעגעבן די פֿאָלגנדיקע לידער־זאַמלונגען:

וואו מיט אַן אלף, פאַרלאַג «דרײַ שוועסטער», וויילס, 1996

שפּיגל־כּתבֿ. געציילטע לידער (יוסף קערלער – באָריס קאַרלאָוו), ירושלים, 1996

עלאַברעק. לידער פונעם נײַעם יאָרטויזנט, ירושלים, 2006

קאַטאָוועס אָן אַ זײַט: נעכטיקע לידער, 1993 – 2001, ירושלים, 2007

מיר איז שטאַרק נוגע, ירושלים, 2012

אָנגעצויגענע סטרונע, תל אביב, 2016

אין באָריס סאַנדלערס פֿילם וועגן יוסף קערלערן פֿרעגט דער אויטאָר דובֿ־בערן, ווי אַזוי האָט יוסף קערלער רעאַגירט, אויפֿגענומען דעם דיכטער באָריס קאַרלאָוו? דובֿ־בער ענטפֿערט, דער טאַטע האָט געזאָגט: ״אַװדאי, ער איז אַ פּאָעט״. צום סוף פֿונעם פֿילם זאָגט באָריס סאַנדלער די שיינע ווערטער: ״אים (יוסף קערלערן) איז לײַכט געווען צו זײַן אָפּטימיסטיש, ווײַל ער האָט געזען אין דיר זײַן המשך, ער האָט געשריבן אין זײַן ליד ״שפּיגל כּתבֿ״, ווי האָט ער געטרוימט צו זען אין זײַן זון אַ המשך פֿון אים, נישט נאָר פֿיזיש, נאָר אויכעט גײַסטיק, און ער האָט דערלעבט צו דעם. איך מיין אַז דאָס איז אַ גרויסער זכות פֿון אַ מענטש און פֿון אַ פּאָעט צו זען, אַז די, וואָס גייען נאָך דיר, אָדער אַז צווישן די, וואָס זײַנען ממשיך דײַן וועג, איז דאָ דײַן בלוט און דײַן לײַב״.

דובֿ־בער איז אײנער פֿון די הײסטע פּראָפּאַגאַנדיסטן פֿון דער ייִדישער שפּראַך און קולטור, װאָס ציט צו יונגע מענטשן צו מאַמע־לשון. מע קען אָפֿט זען זײַנע נאָר װאָס געשאַפֿענע לידער אױף די זײַטלעך פֿון זײַן פֿײסבוק. דאָ לייגן מיר פֿאָר אײַער אַכטונג די לידער פֿון באָריס קאַרלאָװס פֿייספּוק־זײַטל. האָט הנאַה פֿון זײַן וווּנדערשיינער, טיף לירישער, באַצויבערנדיקער, רירנדיקער פּאָעזיע!

גאַנץ נאָנט צו ירושלמער הימל

און דאָך – אַזוי ווײַט פון דיר

דאָס לעבן ווימלט אין שימל

מיט מורעשקעס בײַ מײַן טיר

פאַרוואָרפן אין ווײַטן גלות

דײַן זומער איז קאַלט און בייז

דערגרייך איך צו דיר אין חלום

פאַרוואָריקט אין אלף־בית

מיט כּוח פון כּף־בית אותיות

דורך דעם קירילישן סקאַרב

און כ’האָף אַז דער ווייטאָג גוססט,

דיין גיין טרעפּ אַראָפּ ז’ניט האַרב.

אַראפּגיין דאָ מיינט אַרויפגיין

אַ ליכטיקער אות פון אויפגיין

***

צי ווייסטו דעם טעם פון דעם פויגלס געזאנג,

וואָס קלינגט אַזוי הפקרדיק שיין?

אַ רויער צעטרילן זיך דויערט און פאַנגט –

די בלעטער די גרינע – זײַן היים.

צי ווייסטו דעם זין פון דעם מענטשנס געזאַנג

וואָס פליסט אַזוי מוראדיק ריין?

אַ זמר פול שמחה, פול פרייד און…  געוויין,

אַ תפילה וואָס דויערט און צאַנקט. –

דער הימל דער בלויער – זײן לויטערע היים,

דער חלום – זײַן העלער פאַרלאַנג.

דאָס זאָגן דעם ניגון מיט ברען און מיט מיין

געוועלטיקט מיט אומרו ביז לאַנג

***

די ווײַזערס פון דעם זייגער.

קריכן אַלץ גיך און גיכער

באַווײַזן ווילן איידער

די צײַט אַנטלויפט ווי וויכער

פון מיר, פון דיר, פון אונדז

נאָר כ’זאָג זיי: מיר איז ניחא

פון גיכן קריך דער קונץ

כּל־זמן מיר ביידע פליען

פליט־מיט אי שטאָלץ, אי זיכער

די גאַנצע וועלט פון בליען

מיט אונדז, מיט אונדז, מיט אונדז

***

דער וועטער איז רוישיק און רעשיק און ווילד

נאָר אָט ווי אַ קינד צו דער מאַמען – ר’שאַרעט זיך

און שיקט צו אַ צערטלעך געלײַטערטן ווינט

Чтобы тебе понравиться

די זון זיך צעגליט און צעהיצט און זי שילט

די ערד וואָס מיט פרעכע היץ צעבאַרעט זי

נאָר אָט ווערט זי ווייכער און ווייכער און מילד

Чтобы тебе понравиться

די שטאָט מיט איר יאָגעניש בייזלעך אַנטהילט:

מענטש – רק דעריאָגן זײַן הבל סטאַרעט זיך

נאָר אָט ווערט זי רואיק, דער געיעג – אַפּגעקילט

Чтобы тебе понравиться

און איך ווי אַ פויגל וואָס ווערט שטאַרק פאַרקילט

אַנשטאָט זינגען ר׳צעשרײַט זיך, צעכמאַרעט זיך

און אָט פּלוצים גרייך איך צו דיר צאַרט און שטיל

Чтобы тебе понравиться

דער ירושלמער אָוונט־גאָלד

צעגיסט זיך איבער הײַזער, ווענט

און מיט דער לעצטער ליכט זיך בלענדט

פֿון שטערן ווײַטע דער קרישטאָל

***

די טונקל בלויע זײַד פֿון נאַכט

צעשפּרייט זיך ברייטלעך איבער אַלץ

און אַלץ וואָס אָטעמט שפּיציק פלאַך

דעם קרײַז פונעם מעת־לעת דערגאַנצט

צי מיט געלאַך, צי מיט געוויין,

מיט שטילן שמייכל – שטיין אויף שטיין

אַ וואָרער חלום אויסגעדאַכט

איז גרייט זיך שטעלן אויף דער וואַך

צוקאָפּנס פון דער וועלטס פאַרמאָג

איידער עס טאָגט… איידער עס טאָגט…

***

זאָג מיר, נשמה,

וואו וועסטו זײַן

ווען אַלע צוימען

ווערן צעבראָכן –

צי וועסט דיך פאַרבלענדן

פון צו־פיל שײַן,

צי וועסט גאָר אַ בענק טאָן

נאָך ערדישע יאָכן?

וואו וועסטו טאָגן,

וואוהין וועסט אַריײַן –

ווען פרײַקייט אַליין

וועט אין דיר זיך צעקאָכן?

צי וועסט זיך דערמאָנען,

נשמהניו מײַן,

אין דער אוראַלטער פרישקייט

פון וואַלדישע מאָכן?

זאָג מיר, נשמה…

ניין, בעסער שוין שווײַג,

ווײַל קלאָר ווי דער טאָג:

וועסט פאַרגעסן דײַן נאָמען,

דײַן אייגענעם נאָמען –

ס׳פליט אַרויס פון דער שטײַג –

און זע גאָר – אַ נס:

דו באַגייסט זיך גאָר אָן אים!

***

דער גוטהאַרציקער רעגן

אויף בעלגישע וועגן

מע זאָגט

ער איז נעבעכדיק

שוואַך

און איך קלער דערוועגן

ווי מילד טוט ער וועבן

זיין צערטלעכן פאַל

אויף דעם שליאַך

ווי מוטערלעך ליכטיק

ווי פאטערלעך ציכטיק

עס קאַפּעט

אַ קאַפּ

נאָך אַ קאַפּ

דער בעלגישער רעגן

וואָס קאָן ניט אויפרעגן

רק אויסגלעטן

ווייך

יעדן קלאַפּ

Добавить комментарий

Ваш e-mail не будет опубликован. Обязательные поля помечены *