דער מוזיי וועט זיך געפינען אין דער געבײַדע פון דער גרויסער כאָרשול - א דענקמאָל פון דער געשיכטע און קולטור פון ווײַסרוסלאנד.
די כאָרשול איז געווען געבויט אין אָנהייב פון XX יאָרהונדערט, אָבער שליסט אין זיך אײַן א טייל פונעם געבײַ פון די 07=סטע יאָרן פון IVX יאָרהונדערט. די סינאגאָגע באנײַט זיך איצט. ס’איז שוין רעסטאוורירט א טייל פונעם פאסאד. גלײַכצײַטיק פירט מען דורך א צונויפזאמלונג פון די עקספּאָנאטן פונעם קינפטיקן מוזיי.
די אָרגאניזאטאָרן פונעם מוזיי ווענדן זיך צו אלעמען, בא וועמען עס זײַנען פאראן די פאָטאָגראפיעס, דאָקומענטן, בריוו, קונסטווערק, וועלכע האָבן א שײַכעס צו דער ייִדישער געשיכטע פון גראָדנאָ, מיט א באקאָשע איבערגעבן זיי אינעם מוזיי, און אויך טיילן זיך מיט די דערמאָנונגען וועגן דעם ייִדישן לעבן פון דער שטאָט ביז און נאָך דער צווייטער וועלט= מילכאָמע.

![ai] grodno qaft me] a muzii fu] der i`diqer geqixte](/cache/7f0421d49c38eb9e220d19d8f7439561.jpg)
RSS лента