די העלדן פון אירע פאָטאָגראפיעס פלעגן ווערן סײַ די קובינער פישער און אפריקאנישע נאָמאדן, סײַ די שטערן פון האָליוווּד און פירנדיקע וועלט=פּאָליטיקער.
אין נאָכמילכאָמעדיקע יאָרן האָט יעווע ארנאָלד געהאט אן אומאָפיציִעלן טיטל פון ”גראנד=דאמע פון פאָטאָ= זשורנאליסטיק“. זי רעכנט זיך פאר איינעם פון די שעפער פונעם ”גאָלדענעם יאָרהונדערט פון א נײַס= פאָטאָגראפיע“, וועלכער אסאָציִיִרט זיך מיט אזעלכע אויסגאבעס ווי EFIL און KOOL. די דאָזיקע זשורנאלן האָבן צוגעצויגן די אופמערקזאמקײַט ניט אזוי מיט די טעקסטן, ווי מיט די הויכקינסטלערישע בילדער, וועלכע זײַנען געווען געמאכט דורך אזעלכע מײַסטערס ווי אנרי קארטיע=ברעסאָן, גאָרדאָן פּארקס, ראָבערט קאפּא און יעווע ארנאָלד.
ארנאָלד איז אין דער ערשטער ריי בארימט געוואָרן מיט די קאדערס, וועלכע האָבן פארקערפּערט די באוווּסטע מענטשן פּלוצלינג, אמאָל אין די אינטימע מאָמענטן. באזונדערע באציִונגען האָבן זי פארבונדן מיט מערילין מאָנראָ. ארנאָלד האָט ארויסגעלאָזט א גאנצן אלבאָם פון די פּאָרטרעטן פון מאָנראָ. קענענדיק פאָרויסזען דעם סטיל פון אזעלכע הײַנטצײַטיקע פאָטאָ=קינסטלער, ווי, צום בײַשפּיל, עני לייבאָוויץ, האָט ארנאָלד פארקערפּערט די שטערן אין די סאמע אומדערווארטע מאָמענטן. אזעלכע זײַנען די פּאָרטרעטן פון דזשאָאן קראָופאָרד, וועלכע האָט זיך צונויפגעבויגן פונעם ווייטיק אין קריזשעס, אָדער פון דזשיימס קעגני, וועלכער האָט זיך מיט זײַן ווײַב געלאָזט אין אן אימפּראָוויזירטן טאנץ אין עפּעס א סארײַ.
אָבער ניט נאָר אדאנק די פּאָרטרעטן פון די בארימטע מענטשן איז באוווּסט געוואָרן ארנאָלד. זי האָט געמאכט רעפּאָרטאזשן פון די דאלעס= קווארטאלן פון יאָהאנעסבורג, פון די שאנד=הײַזער פון האוואנע און אפילע פון א מאָסקווער מעשוגאָיִם=הויז.
יעווע ארנאָלד (איר מיידל=נאָמען איז כהן) איז געבוירן געוואָרן דעם 12 אפּרעל 2191 יאָר אין פילאדעלפיע. איר פאָטער, אן אימיגראנט פון אוקראיִנע, איז געווען א ראָוו. אין דער מישפּאָכע זײַנען געווען נײַן קינדער. יעווע איז פון קינדווײַז אָן פארכאפּט געוואָרן מיט פאָטאָגראפיע, און ווען זי איז געווען 61 יאָר אלט, איז זי אריבערגעפאָרן קיין ניו=יאָרק. דאָרטן האָט זי אָנגעהויבן ארבעטן אין א פאָטאָ= לאבאָראטאָריע. אין 8491 יאָר האָט יעווע כאסענע געהאט פאר אן אינדוסטריִעלן דיזײַנער ארנאָלד ארנאָלדן.
יעווע האָט זיך אויסגעלערנט די קונסט פון דער קינסטלערישער פאָטאָגראפיע אונטער דער אָנפירונג פון אלעקסיי בראָדאָוויטשן, ארט =רעדאקטאָר פונעם מאָדישן זשורנאל RAAZAB S’REPRAH.
אין 1691 יאָר איז די מישפּאָכע פון ארנאָלד אריבערגעפאָרן קיין ענגלאנד. דאָרטן איז יעוועס הייראט זיך צעפאלן, אָבער קיין אמעריקע האָט זי זיך ניט אומגעקערט.
”א סאך סיוזשעטן האָבן זיך בא מיר איבערגעכאזערט. איך בין געווען אָרעם - און מיר איז וויכטיק געווען פארקערפּערן די אָרעמקײַט... עס האָט מיר אינטערעסירט די פּאָליטיק, און איך האָב געוואָלט פארשטיין, וויִאזוי עס ווירקט זי אף אונדזער לעבן. סאָפקאָלסאָף, איך בין א פרוי, און איך האָב געוואָלט דערוויסן זיך מער וועגן אנדערע פרויען“, - האָט דערציילט ארנאָלד אין איינעם פון די אינטערוויוען.
ארנאָלד האָט באקומען די פילצאָליקע באלוינונגען און ערנטיטלען. אין 3002 יאָר, פאר א צושטײַער אין פאָטאָגראפיע האָט מען איר צוגעטיילט דעם טיטל פונעם קאוואלער פונעם אָרדען פון דער בריטאנישער אימפּעריע. אין 0102 יאָר האָט מען זי באערט מיט א בעקאָוועדיקער באלוינונג פונעם צווישנפעלקערלעכן קאָנקורס פון פאָטאָגראפיע SDRAWA YHPARGOTOHP DLROW YNOS.


RSS лента