גיכער פון אלץ, איז ער געגאנגען ערגעץ=וווּהין צוליב אן איניען, וועלכער האָט געקענט האָבן, אָדער, פארקערט, ניט האָבן קיין שײַכעס מיט זײַן ייִדישן אָפּשטאם - סאָפקאָלסאָף, דארפן מיר ניט דאָ בויען וועלכע=ניט=איז האשאָרעס.
פּלוצלינג האָט ער באמערקט א שילד ”ייִדן און הינט איז פארבאָטן ארײַנגיין“. ס’האָט אין אים אופגעברענט דער קאס, און אונדזער קליינער העלד ארום 361 סאנטימעטער די הייך האָט זיך געלאָזט זוכן א לייטער. ווען ער האָט זיך אומגעקערט, האָט ער אראָפּגעריסן די שילד פון דער וואנט און האָט זי געוואָרפן אף דער ערד. די שילד איז אראָפּגעפאלן גלײַך אונטער די פיס פון 02 דערצערנטע נאציס.
יאָ, אָט די געבײַ איז געווען א שטאבקווארטיר פון די נאציס, זי איז פּאָשעט געשוויבלט מיט ברוטאלע נאצישע כעוורעלײַט. זיי האָבן ארויסגעשלאָגן דעם לייטער פון=אונטער די פיס פון אָט דעם קליינעם מענטש און ארומגערינגלט אים פון אלע זײַטן. ס’איז בא קיינעם ניט געווען קיין סאָפעק - עמעצער וועט ניט אויסמײַדן דאָס געשלעג. און ”עמעצער“ זײַנען געווען די דאָזיקע 02 נאציס, ווײַל אונדזער קליינוווּקסיקער העלד איז געווען א שטארקסטער מענטש אין דער וועלט.
דזשאָזעף גרינשטיין, אָדער ווי מע האָט אים גערופן, ”דער קרעפטיקער אטאָם“, איז געווען א שווער=אטלעט אין צירק, און אָט פארוואָס איז זײַן הייסער פארלאנג ארויסשלאָגן דאָס מעשוגאס פון יעדן נאצי געווען גרינג צו דערקלערן. ער האָט אָנגעשלאָגן מער פון א צענדליק מאנצבלען, ברעכענענדיק זיי די הענט, די נעז און די פיס.
נאָך אָט דעם סקאנדאל האָט מען ארעסטירט דזשאָזעפן און איבערגעגעבן אים אין א געריכט. דער ריכטער, וועלכער האָט קוים געקענט זיך פאָרשטעלן, אז איין מענטש איז פעיִק מאכן אזוינס, האָט געפרעגט בא דעם אָפיצער, וועלכער האָט ארעסטירט דזשאָזעפן, צי אלע אָנטיילנעמער פונעם געשלעג זײַנען געווען אין דער געבײַדע פונעם געריכט. פארשטייט זיך, וועדליק ער האָט געהאלטן, דזשאָ האָט געהאט די מיטבאטייליקטע, וועלכע האָבן פּאָשעט פארשוווּנדן אין אן אומבאוווּסטער ריכטונג.
און, פארשטייט זיך, דער אָפיצער האָט געענטפערט: ”ניין, ניט אלע“.
דערנאָך, איידער דער ריכטער האָט ארויסגעטראָגן אן אורטייל, האָט דער אָפיצער דערקלערט, אז צו דעם מאָמענט האָבן זעקס נאציס זיך געפונען אין א שפּיטאָל און האָבן ניט געקענט קומען אף דער זיצונג. נאָך מער, האָט ווײַטער דערציילט דער אָפיצער, טאקע אָט די מאנצבלען זײַנען אָנגעפאלן אף דזשאָ. און אף דער פראגע ”פארוואָס?“, האָט דער אָפיצעט פּאָשעט געענטפערט: ”זיי זײַנען די נאציס“.
דער איניען איז געווען אומגעזאמט פארמאכט און אלע באווײַזן האָט מען איבערגעגעבן אין א ספּעציִעל געשאפענעם מעלוכע=ארכיוו, וווּ ביזן הײַנטיקן טאָג היטן זיך אָפּ אויך אנדערע לעגענדארע דאָקומענטן.

![baliidikt nit di i`d]](/cache/75fd05304ffe20c7ba1c71c3808b50cc.jpg)
RSS лента