דער פּראָטאָקאָל פון דער געהיימער באראטונג, געווידמעט דעם ”ענדגילטיקן דערלייזן פון דער ייִדישער פראגע“, איז געווען געפונען צופעליק. וועגן דעם שרײַבט אנדרעא טארקויִני אין דער צײַטונג ACILLBUPER AL.
”ס’איז פאראן א קאָפּיע פונעם פּראָטאָקאָל פון דער געהיימער באראטונג, וועלכע איז פאָרגעקומען דעם 02 יאנוואר 2491 יאָר. אף דער באראטונג זײַנען געווען די הויכגעשטעלטע אָפיצערן פון סס, די פירער פונעם דריטן רייך, וועלכע האָבן באהאנדלט און אָרגאניזירט דעם גענאָציד פונעם ייִדישן פאָלק. בייס די יאָרצענדליקער האָט דער דאָקומענט זיך פארהיט אין די ארכיוון פון אויסערן= מיניסטעריִום פון דײַטשלאנד“, - שרײַבט די אויסגאבע.
נאָך אָט דער געהיימער באראטונג פון 02 יאנוואר 2491 יאָר האָט מען געמאכט 03 קאָפּיעס פונעם פּראָטאָקאָל, וועלכע זײַנען געווען איבערגעגעבן אדאָלף אייכמאנען, דעם אָפיצער פון סס, וועלכער איז געוואָרן א פאנאנדערארבעטער און אויספילער פון דער באשטימונג וועגן פארניכטן ייִדן. אפן פאָרגעשטעלטן דאָקומענטן זײַנען פאראן די אָפּמערקונגען, וועלכע זײַנען געמאכט דורכן נאָענטסטן מיטארבעטער פון אייכמאן ריינכארד היידריכן.
ווען מע האָט פארשטאנען, אז די צווייטע וועלט=מילכאָמע וועט זיך פארענדיקן מיט א מאפּאָלע פון דײַטשלאנד, האָבן די נאציס, וועלכע האָבן געהאט די קאָפּיעס פונעם פּראָטאָקאָל פון דער געהיימער באראטונג, פארניכטעט די דאָקומענטן. נאָר ס’איז געבליבן איין קאָפּיע נומ. 61. ס’איז מעגלעך, אז א טשינאָווניק פונעם אויסערן= מיניסטעריִום מארטין ליוטער האָט אָפּגעהיט די קאָפּיע פונעם דאָקומענט, ווײַל ער האָט געוואָלט קאָמפּראָמעטירן זײַן מיניסטער ריבענטראָפּן.ליוטערס פּלענער זײַנען געווען אופגעדעקט, מע האָט אים אוועקגעשיקט אין א קאָנצענטראציע= לאגער. אָבער קיינער האָט ניט פארניכטעט די קאָפּיע פונעם דאָקומענט און זי איז געבליבן אין די אונטערערדישע ארכיוון פון ליוטער. נאָך דער מילכאָמע האָט מען געפונען דעם דאָקומענט און איבערגעגעבן אים אין ניורנבערג=טריבונאל.

RSS лента