די ערשטע ייִדן זײַנען געקומען צו פאָרן קיין זאמביע, וועלכע איז דעמלט געווען די בריטאנישע קאָלאָניע צאָפן=ראָדעזיע, סאָף XIX יאָרהונדערט. א סאך פון זיי האָבן זיך באזעצט אין דער הויפּט=שטאָט פון דער קאָלאָניע - ליווינגסטאָן. די ערשטע ייִדישע אימיגראנטן זײַנען הויפּטזאכלעך געווען די געבוירענע אין א רוסלענדישן טכום=האמוישעוו, וועלכע האָבן זיך געראטעוועט פון אָרעמקײַט און פּאָגראָמען. אין די 03=סטע יאָרן פלעגן קיין ראָדעזיע קומען די פּלייטים פון די אָקופּירטע דורך די נאציס לענדער פון אייראָפּע.
כאָטש דער צאָלבאשטאנד פון דער ייִדישער קעהילע פון זאמביע איז קיינמאָל ניט איבערגעשטיגן איין טויזנט מענטשן, האָבן די אָרטיקע ייִדן געשפּילט א גרויסע ראָל אינעם לעבן פונעם לאנד. אין זייער צאָל איז סײַמאָן זוקאס, וועלכער האָט געקעמפט פאר אן אומאָפּהענגיקײַט פון צאָפן=ראָדעזיע. נאָך דער פּראָקלאמירונג פון דער אומאָפּהענגיקײַט האָט זוקאס פארנומען דעם פּאָסטן פון א מיניסטער אינעם לאנד.
דער פאָטער פון זוקאס האָט אימיגרירט קיין צאָפן=ראָדעזיע פון ליטע אין 6391 יאָר. ער האָט זיך פארנומען מיט א האנדל און האָט אינגיכן ארויסגערופן קיין אפריקע זײַן מישפּאָכע. שימען זוקאס איז אריבערגעפאָירן קיין אפריקע, ווען ער איז געווען 31 יאָר אלט. ”איך האָב עפּעס=וואָס געוווּסט וועגן דער וועלט, אין ליטע בין איך געווען אן אקטיוויסט פון דער יוגנטלעכער ציוניסטישער באוועגונג, - דערציילט זוקאס. - איך האָב זייער מיטגעפיל צו אלע שוואכע און אונטערגעדריקטע, דערין די שווארצהויטיקע. צווישן די שווארצע און ווײַסע איז געווען אן אָפּגרונט“.
זוקאס דערמאָנט זיך, אז צווישן די בריטאנישע קאָלאָניִאלע טשינאָווניקעס זײַנען געווען א סאך אנטיסעמיטן, וואָס האָט זייער פארקאָמפּליצירט ביזנעס, אָבער אין גאנץ גענומען האָט מען זיך גוט באצויגן צו די ייִדן.
כיו מאקמילאן, דער היסטאָריקער פונעם אָקספאָרד=אוניווערסיטעט, דער אווטאָר פונעם בוך ”ציון אין אפריקע. די ייִדן פון זאמביע“ דערציילט: ”אייניקע ייִדן פלעגן עמיגרירן איבער די עקאָנאָמישע סיבעס, אנדערע פלעגן אוועקפאָרן איבער די פּאָגראָמען און דיסקרימינאציע אין דער רוסלענדישער אימפּעריע אָדער, צום בײַשפּיל, אין רומעניע“.
די ייִדן פון ליטע און לעטלאנד האָבן זייער אקטיוו אָנגעהויבן עמיגרירן קיין דאָרעם=אפריקע נאָך דעם, ווי מע האָט דאָרט סאָף XIX יאָרהונדערט אויסגעפונען די געבויר=ערטער פון גאָלד און דימענטן. ”א סאך ייִדן האָבן זיך באזעצט אין די גרויסע שטעט, אעלכע ווי יאָהאנעסבורג און קייפּטאון. ביז זאמביע פלעגן זיך דערקלײַבן די סאמע ריזיקירטע, אנדערש גערעדט - די אוואנטיוריסטן“, - דערציילט מאקמילאן.
די דערפאָלגרײַכע ביזנעסמענען זײַנען געווען די ברידער זוסמאן, וועלכע זײַנען געקומען צו פאָרן פון ליטע אין 1091 יאָר. זיי האָבן זיך באזעצט אין ליווינגסטאָן און האָבן אָנגעהויבן פארקויפן רינדער. אינגיכן האָבן זיי געבויט די גאנצע ביזנעס=אימפּעריע. מאקמילאן איז זיכער, אז די ברידער זײַנען געווען די לידערס פון דער ייִדישער קעהילע פון ליווינגסטאָן. אדאנק זייערע באמיִונגען האָט מען סאָף 02=סטע יאָרן אָנגעהויבן בויען א שול אין דער שטאָט.
די געבײַדע פון דער שול האָט זיך פארהיט ביז אונדזערע טעג, אָבער איצט ניצט זי זיך אויס אלס א קלויסטער. וועגן דעם, וואָס אמאָל האָבן זיך דאָ געדאוונט די ייִדן, דערמאָנט נאָר א קוים באמערקלעכער קאָנטור פון מגן=דוד איבערן צענטראלן ארײַנגאנג.
אין די 03=סטע יאָרן האָבן קיין זאמביע אָנגעהויבן אָנקומען די אימיגראנטן פון די אָקופּירטע דורך די נאציס לענדער פון אייראָפּע. אין 8391-9391 יאָרן זײַנען אהערצו געקומען צו פאָרן ארום 003 דײַטשישע ייִדן.
אין 3491 יאָר איז אין צאָפן=ראָדעזיע געבוירן געוואָרן א באוווּסטער עקאָנאָמיסט סטענלי פישער, וועלכער פארנעמט איצט דעם פּאָסטן פונעם הויפּט פונעם באנק פון ייִסראָעל.
צום אָנהייב פון די 06=סטע יאָרן האָבן אין צאָפן=ראָדעזיע געוווינט קימאט איין טויזנט ייִדן. אין 4691 יאָר האָט דאָס לאנד באקומען די אומאָפּהענגיקײַט און דעם נײַעם נאָמען - די רעפּובליק זאמביע. נאָך דעם האָט די ווײַסע באפעלקערונג אָנגעהויבן אוועקפאָרן פונעם לאנד און איצט זײַנען דאָרטן פאראן נאָר 05 ייִדן.
זוקאס איז געווען איינער פון די סאמע אקטיווע קעמפער פאר אן אומאָפּהענגיקײַט פון צאָפן=ראָדעזיע. נאָך דער ארמיי האָט ער באקומען א דיפּלאָם פונעם אוניווערסיטעט פון קייפּטאון. ער האָט אָנגעהויבן ארויסטרעטן קעגן א קאָלאָניִאלן רעזשים, און אין 2591 יאָר האָט מען אים דעפּאָרטירט קיין ענגלאנד. נאָך דעם, ווי צאָפן=ראָדעזיע האָט באקומען די אומאָפּהענגיקײַט, האָט מען דערלויבט זוקאסן צוריקומען אהיים.
”די פאָרשטייער פון דער ייִדישער קעהילע האָבן געשפּילט א וויכטיקסטע ראָל אין דער געשיכטע פון זאמביע, באזונדערס אין דער סאָציִאל=עקאָנאָמישער אנטוויקלונג פונעם לאנד“, - באטאָנט זוקאס.


RSS лента