דערנאָך וועט די עקספּאָזיציע, וועלכע האָט באקומען א נאָמען ”די פארבאָטענע קונסט“, דורכגיין אין פשא. אף איר וועט מען פאָרשטעלן די פאָטאָגראפיעס פון די צייכענונגען פון די טפיסעניקעס און אויך די זאכן, וועלכע זײַנען געווען געמאכט דורך די אָסירים פון די טויט=לאגערן אוישוויץ, בוכענוואלד און ראווענסבריוק.
מע האָט געפונען די צייכענונגען ניט ווײַט פון די גאז=קאמערן און קרעמאטאָרי פון אוישוויץ. עס זײַנען אף זיי אָנגעמאָלט די סצענעס פונעם לעבן פון די טפיסעניקעס; עס זײַנען דאָ פאראן עטלעכע פּאָרטרעטן. אף די צייכענונגען זײַנען אָנגעמאָלט די הארצרײַסנדיקע סצענעס פון פּײַניקונגען. דער וויסנשאפטלעכער מיטארבעטער פונעם מעמאָריִאל פּאוועל סאוויצקי האָט דערציילט, אז אף אייניקע צייכענונגען זײַנען אָנגעמאָלט די סיוזשעטן פון מײַסעס, וועלכע די טפיסעניקעס האָבן ניט באוויזן דערציילן זייערע קינדער.
- א קינסטלער, זעט אויס, האָט אויסגערעכנט, אז מע וועט געפינען זײַנע צייכענונגען, וועלכע וועלן דערציילן וועגן די גרויליקײַטן פון שואה, - זאָגט דער קוראטאָר פון דער אויסשטעלונג אגנעשקא סעראדזקא.
צווישן די עקספּאָנאטן פון דער אויסשטעלונג זײַנען פאראן א הילצערנע סטאטועטקע און א מעטאלענער בראסלעט, אף וועלכע מע האָט אויסגעקריצט די סצענעס פונעם לעבן פון אוישוויץ. מע האָט געפונען די ארטעפאקטן נעבן דעם קרעמאטאָרי אין בירקענאו באלד נאָך דער באפרײַונג פונעם לאגער אין יאנוואר 5491 יאָר. די באזוכער פון דער אויסשטעלונג וועלן אויך דערזען א קאטוילישן צייכעם, וועלכן מע האָט געפונען אף דער טעריטאָריע פונעם טויט=לאגער ראווענסבריוק.
- די טפיסעניקעס האָבן געצייכנט, קעדיי כאָטש אף א רעגע פארגעסן וועגן דעם גרויל ארום זיי, - זאָגט סאוויצקי.
קעדיי פארהיטן די עקספּאָנאטן, וועט מען אויסשטעלן אף דער עקספּאָזיציע זייערע קאָפּיעס.
די פאָטאָגראפיעס פון הויכער קוואליטעט וועלן געבן א מעגלעכקײַט אין דער פולער מאָס באקומען אן אײַנדרוק וועגן יעדן עקספּאָנאט, - דערציילט א פאָרשטייער פונעם מוזיי.
דער קאָמפּלעקס פון טויט= לאגערן אוישוויץ=בירקענאו האָט זיך געפונען אף דאָרעם=פּוילן, ניט ווײַט פון דער שטאָט אוישוויץ. צוערשט איז דער לאגער געווען געשאפן פאר די פּאָליטישע קעגנער פונעם נאצישן רעזשים, אָבער אינגיכן איז ער געוואָרן א הויפּט=אינסטרומענט פארן גענאָציד פונעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום. פונעם 5491=טן ביזן 5491=טן יאָרן זײַנען דאָרטן געווען פארניכטעט ארום 3,1 מיליאָן מענטשן, די מערהײַט פון וועלכע (1,1 מיליאָן מענטשן) זײַנען געווען ייִדן.

![di ciixenunge] fu] auiquui|](http://www.gazetaeao.ru/media/k2/items/src/2b695afb5fb7c65ba67496a851ac0563.jpg)
RSS лента