דערבײַ עס איז ניטאָ קיין ייִדישע קעהילע אין דער שטאָט. אין דער געבײַדע פון דער סינאגאָגע ארבעט הײַנט דער צענטער פון דער ייִדישער קולטור=יערושע, דער איינציקער שטאטנער מיטארבעטער פון וועלכן איז א קונסט=פאָרשער מאריעטקא בעדראטש. אין דער פּראָגראם פונעם צענטער זײַנען פאראן די קאמער=קאָנצערטן, די אויסשטעלונגען, די לעקציעס.
021 טויזנט מענטשן - אזא איז די באפעלקערונג פון מאריבאָר הײַנט. פון 2102 יאָר טראָגט מאריבאָר צוזאמען מיט דער פּאָרטוגעזישער שטאָט גימארײַנש דעם טיטל פון דער קולטור=הויפּט=שטאָט פון אייראָפּע. אָבער די אײַנוווינער פון מאריבאָר זײַנען גאָר ניט אנציקט פון אזא טיטל. מע האלט, אז פון דער צעפאלונג פון יוגאָסלאוויע האָט סלאָוועניע נאָר געוווּנען. די דאָזיקע רעפּובליק, מער אנטוויקלטע אין דער עקאָנאָמישער הינזיכט, האָט זיך דערפאָלגרײַך אינטעגרירט אינעם אייראָפּעישן פארבאנד. אָבער מיטן אָנהייב פונעם עקאָנאָמישן קריזיס איז בא די אײַנוווינער פון סלאָוועניע געוואָרן ווייניקער אָפּטימיזם . דאָס לאנד טראָגט שווער איבער די קאטאקליזמען, און דער בודזשעט פון ”דער קולטור=הויפּט= שטאָט פון אייראָפּע“ איז געווען היפּש פארקירצט.
די ייִדישע קעהילעס אף דער טעריטאָריע פון דער הײַנטצײַטיקער סלאָוועניע האָבן איבערגעלעבט די בליצײַט אין דער מיט פון VIX יאָרהונדערט. דעמלט איז דער גרעסטער טייל פון דער טעריטאָריע פונעם לאנד ארײַנגעגאנגען אינעם באשטאנד פון די ערד=נאכלאָעס פון די גראפן טיראָלסקי. צו די ייִדן האָט זיך גוטגינסטיק באצויגן די גראפיניע פון טיראָל און די הערצאָגן פון קרײַנע מארגאריטא (5331-5631), וועלכע איז געווען גאנץ גוט באשריבן דורך ליִאָן פייכטוואנגער אינעם ראָמאן ”די העסלעכע הערצאָגן מארגאריטא מאולטאש“. אין די צײַטן פון מארגאריטא האָבן א סאך ייִדן פון די שכיינישע לענדער זיך באזעצט אין סלאָוועניע. די גרונט=באשעפטיקונגען פון די ייִדן, וועלכע האָבן געלעבט אינעם לאנד, זײַנען געווען די ווײַנגערטנערײַ, דער האנדל מיט ווײַן, פערד און פי, און אויך די קרעדיט=אָפּעראציעס.
די סינאגאָגע פון מאריבאָר איז געווען געבויט אין 9241 יאָר. צום אָנהייב פון IVX יאָרהונדערט האָט די טעריטאָריע פון סלאָוועניע שוין געהערט דער מישפּאָכע גאבסבורג. דער אימפּעראטאָר מאקסימיליאן האָט אין 6051 יאָר ארויסגעגעבן אן עדיקט , אין העסקעם מיט וועלכן האָט מען געדארפט ארויסטרײַבן פון סלאָוועניע אלע ייִדן. קימאט אלע ייִדן זײַנען געווען געצוווּנגען פארלאָזן דאָס לאנד און איבערקלײַבן זיך אין אונגערן, ווענעציע, און אויך אף דער טעריטאָריע פון דער אָטאָמאנישער אימפּעריע.
אין מעשעך פון עטלעכע יאָרהונדערטער האָבן די ייִדן ניט געקענט לעבן אף דער טעריטאָריע פון סלאָוועניע. נאָר נאָכן שאפן פון דער עסטרײַך= אונגערישער אימפּעריע (7681), די קאָנסטיטוציע פון וועלכער האָט פארבאָטן א רעליגיעזע דיסקרימינאציע, האָבן די ייִדן באקומען די מעגלעכקײַט נאָכאמאָל קומען צו פאָרן קיין סלאָוועניע.
די ייִדישע באפעלקערונג איז דאָ געווען ניט קיין גרויסע - 052 מענטשן אין 0191 יאָר. נאָכן שאפן אין 8191 יאָר פון דער אומאָפּהענגיקער יוגאָסלאוויע האָט די ייִדישע באפעלקערונג אָנגעהויבן וואקסן אפן כעזשבן פון דער מיגראציע פון מער אָפּגעשטאנענע און אָרעמע דאָרעם=רעגיִאָנען. צום אָנהייב פון די 0491=סטע יאָרן האָט דער צאָלבאשטאנד פון דער ייִדישער באפעלקערונג פון סלאָוועניע באטראָפן 0051 מענטשן, די ייִדישע קעהילעס האָבן עקזיסטירט אין מאריבאָר און אין אזעלכע ייִשוּווים ווי מורסקא=סאָבאָטא, דאָלנא=רענדאווא, טשאקאָוועץ. אין ליובליאנע, דער הויפּט=שטאָט פונעם לאנד, זײַנען די ייִדן קימאט ניט געווען, וויבאלד די קאטוילישע קירך, וועלכע האָט דאָ געהאט א גרויסע האשפּאָע, האָט זיך אומפארלײַדלעך באצויגן צו די ייִדן. אין די יאָרן פון שואה, ווען דײַטשלאנד און איטאליע האָבן צעטיילט סלאָוועניע, זײַנען קימאט אלע ייִדן געווען פארניכטעט. היטלער, וועלכער האָט באזוכט מאריבאָר באלד נאָך דער אָקופּאציע, האָט באפוילן געבן דער שטאָט דעם נאמען מארבורג און אײַנאָרדענען דאָרטן די דײַטשישע קאָלאָניסטן.
נאָך דער צווייטער וועלט= מילכאָמע איז די ייִדישע קעהילע געווען ווידערופגעשטעלט אין ליובליאנע. אין 9991 יאָר איז אריעל כאדאד, דער דירעקטאָר פונעם ייִדישן מוזיי אין טריִעסט (איטאליע), געווען באשטימט אלס א הויפּט=ראָוו פון סלאָוועניע. איגאָר ווויטיק, איינער פון די ייִדן, וועלכע לעבן אין מאריבאָר, איז אן אומפאָרמאלער לידער פון דער קעהילע. ”סלאָוועניע קען שטאָלצירן מיט דעם, אז זי איז דאָס לאנד מיט דער סאמע קליינצאָליקער ייִדישער באפעלקערונג אינעם אייראָפּעיִשן פארבאנד, - זאָגט ער אף קאטאָוועס. - דער ראָוו, עמעס, קומט צו פאָרן יעדן כוידעש פון איטאליע, נאָר ס’איז ניט גענוג פאר אונדז. קורץ גערעדט, מיר פילן זיך ווי אין דער טיפער פּראָווינץ“, - זאָגט ער.
די ייִדישע קעהילע פון סלאָוועניע איז קליינצאָליקע - נאָר 002 מענטשן, נאָר קוקט אין צוקונפט מיטן אָפּטימיזם.

![di i`d] ai] slouuenie](http://www.gazetaeao.ru/media/k2/items/src/a419ac3049f39721ab3d453b9f3477c6.jpg)
RSS лента