אזעלכע זײַנען די סאכאקלען פון א סאָציִאָלאָגישער אויספאָרשונג, דורכגעפירט לויט באשטעלונג פון בונדעסטאג דורך א גרופּע פון אומאָפּהענגיקע עקספּערטן.
די אויספאָרשונג האָט געוויזן, אז אין הײַנטיקן דײַטשלאנד איז אנטיסעמיטיזם פארשפּרייט אין אלע שיכטן פון דער באפעלקערונג, ער האָט געלאָזט טיפע וואָרצלען ניט נאָר צווישן די ראדיקאלע איסלאמיסטן אָדער רעכטע ראדיקאלן, נאָר אויך צווישן די פאָרשטייער פונעם מיטל=קלאס.
פון קינדווײַז אָן ניצן די דײַטשישע קינדער דאָס וואָרט ”EDUJ“ אלס א באליידיקונג , זאָגט זיך אינעם פאָרטראג. די פוטבאָל=ספּאָרטפרײַנט, צום בײַשפּיל, מאכן כויזעק אף ייִדישע קלובן אף די מאטשן צווישן די ליבהאָבערישע קאָמאנדעס. די פוטבאָל=פאנאטן סקאנדירן אף סטאדיִאָנען: ”ייִדן - אין גאז=קאמערן!“, ”אוועק אין אוישוויץ!“, ”פארברענען די שולן!“ א.א.וו.
- אין אונדזער געזעלשאפט באזירט זיך אנטיסעמיטיזם אף די סטערעאָטיפּן, פאָרורטיילן און קלישע, וועלכע האָבן טיפע וואָרצלען, און אויך אף דעם, וואָס די דײַטשן ווייסן ניט די ייִדישע קולטור און טראדיציעס, - שרײַבט איינער פון די אווטאָרן פונעם באריכט, פּעטער לאָנגעריך.
די גרופּע פון אומאָפּהענגיקע עקספּערטן איז געווען געשאפן לויט דער איניציִאטיוו פון בונדעסטאג אין 8002 יאָר. די ספּעציִאליסטן פאָרשן אויס קסענאָפאָביע און אנטיסעמיטיזם אין דער דײַטשישער געזעלשאפט. יעדער יאָר דארפן די אויספאָרשער פאָרשטעלן די באריכטן וועגן דעם ניוואָ פון אנטיסעמיטיזם אינעם לאנד. אינעם לעצטן באריכט קריטיקירט מען די מעטאָדן, וועלכע דײַטשלאנד ניצט הײַנט אויס אין קאמף קעגן אנטיסעמיטיזם. ”בא אונדז איז ניטאָ קיין פולווערטיקע און אלזײַטיקע סטראטעגיע פארן קאמף קעגן אנטיסעמיטיזם אין דײַטשלאנד“, - שרײַבט איינער פון די אווטאָרן פונעם באריכט, יוליִאנא וועטצעל.
ניט געקוקט אף אומרויִקע טענדענצן, איז די סיטואציע אין דײַטשלאנד ווײַט ניט די סאמע שלעכטע אין אייראָפּע. די אווטאָרן פונעם באריכט שטרײַכן אונטער, אז אין פּוילן, אונגערן און פּאָרטוגעזיע איז דער ניוואָ פון אנטיסעמיטיזם שטארק העכער.

![uuifl antisemit] zjne] fara] ai] djtqland?](http://www.gazetaeao.ru/media/k2/items/src/393dd4bc2449fdc2fdfaab0011872502.jpg)
RSS лента