לויִדזשי טוטשיִאָ, א מיטגליד פונעם שטאָטישן ראט אין דער פּראָווינץ רעדזשאָ=קאלאבריע, האָט אָנגעשריבן אף זײַן זײַטל אין KOOBECAF וועגן דעם, אז בעניני איז ”א קאָמוניסט, א מיליִארדער און א ייִד“. ער האָט איבערגע-כאזערט זײַנע ווערטער אין א קאָמענטאר פאר א פּראָגראם, אין וועלכער דער אקטיאָר האָט אָנטיילגענומען. צוערשט האָט טוטשיִאָ זיך ניט אָפּגעזאָגט פון זײַנע ווערטער, אָבער שפּעטער, ווען זיי האָבן ארויסגערופן קריטיק און פארורטיילונג איבערן גאנצן לאנד, האָט ער געמוזט בעטן אנטשולדיקונג.
די פאָרשטייער פון דער אנטי= דעפאמאציע ליגע האָבן געהאלטן דעם קאָמענטאר פון טוטשיִאָ פאר א באליידיקנדיקן, באזונדערס אין שײַן פון דער גלענצנדיקער ראָל פון בעניני אינעם פילם ”דאָס לעבן איז וווּנדערשיין“, וווּ ער האָט געשפּילט די געשיכטע פון א פּאָשעטן איטאליענישן ייִד, וועלכער איז צוזאמען מיט זײַן מישפּאָכע געווען אוועקגעשיקט אין קאָנצלאגער.
”א נעגאטיווער באטײַט, מיט וועלכן איר ניצט אויס דאָס וואָרט ”א ייִד“, דריקט אויס אן אנטיסעמיטישע באציִונג, - האָט געמאָלדן אין זײַן בריוו דער הויפּט פון דער אנטי=דעפאמאציע=ליגע אברהם פאָקסמאן, א גוטער פרײַנט פון בעניני. - מיר האָפן, אז אזא אלזײַטיקע קריטיק פון אײַערע ווערטער, וועלכע מיר זען אין איטאליע, וועט דינען אלס א געלעגנהײַט פאר א זעלבסט=אנאליז”.
פאָקסמאן האָט צוגעגעבן, אז די ראָל פון ראָבערטאָ בעניני אינעם פילם ”דאָס לעבן איז וווּנדערשיין“ האָט אים געבראכט א וועלט=דערפאָלג. ”ער האָט, אזויארום, א סאך געמאכט צוליב אויסלערנען שואה. אָט דעם מענטש דארף מען בארימט מאכן און ניט באליידיקן“, - זאָגט ער.


RSS лента