”דער טעאטראלער רויג“ - אזא כאראקטעריסטיק האָט דער פּיעסע געגעבן דער דײַטשישער קריטיקער הובערט ווינקעלס. אין אכט סצענעס, פאנטאסטישע לויט דער פולקומקײַט פונעם אווטאָרישן טעקסט, אקטיאָרישער שפּיל און טעאטראלער כאָרעאָגראפיע (אָנדערהאלבן שאָ אָן אנטראקט), זאָגט ברעט איבער די געשיכטע פון איסאק באבעלן. אָט די געשיכטע צעשפּילט זיך אין בעלעטאזש פון איינעם פון די הײַזער פון פּעטראָגראד אין הונגעריקן 0291=טן יאָר.
עס האָבן די פּיעסע איבערגעזעצט אף דער דײַטשישער שפּראך די מיטארבעטער פונעם ליטערארישן טייל פונעם טעאטער שטעפאן שמידטקע און ארינא נעסטעראָווא באם אָנטייל פון אנדרעא ברעט. אין פּינקטלעכער לויטן גײַסט און אמאָל צו ווערטלעכער נײַער איבערזעצונג פילט מען פיזיש דער גרויל. באבעל האָט אָנגעשריבן אָט די פּיעסע פינף יאָר פאר זײַן ארעסט און צעשיסונג. די העלדן, וועלכע האָט געגעבן א נאָמען דער פּיעסע - מארי, די עלטסטע טאָכטער פון דער מישפּאָכע מוקאָוונין באווײַזט זיך ניט אף דער בינע. זי איז גליקלעך, זי איז א קאָמיסאר ערגעץ=וווּ אין רײַטער=ארמיי, אף דער רוסיש=פּוילישער גרענעץ, זי לערנט דאָס לייענען און שרײַבן מיט די סאָלדאטן, וועלכע ברענגען טויט איר מישפּאָכע.
אף פילצאָלאָקע דירעקטע פראגעס, אשטייגער, ”פארוואָס טאקע באבעל, פארוואָס טאקע איצט און דאָ?“, גיט אנדרעא ברעט אויסמײַדנדיקע ענטפערס. זי דערציילט נאָר וועגן איר מוירע פאר די מענגעס אף די גאסן, וועגן אן אינטערעס פאר דער געזעלשאפט, וועלכע ”געפינט זיך אין סטאדיע פון טראנספאָרמאציע און ווייסט ניט צו וואָס וועט צופירן אזא טראנספאָרמאציע“.

![ai] diseldor[ hot me] aufgefirt babels piese](http://www.gazetaeao.ru/media/k2/items/src/d6dcbdbc562f56536bd0d9cbd47c9dd7.jpg)
RSS лента