צוויי מאטבייעס פון דער קאָלעקציע זײַנען באזונדערס ווערטפולע. זיי זײַנען געווען אויסגעמינצט אינעם פּעריִאָד פון 66 ביז 17 יאָר און זײַנען געוואָרן די ערשטע ייִדישע זילבערנע מאטבייעס.
די ערשטע מאטבייע איז איינער פון צוויי עקזעמפּליארן פון א זילבערנעם שקל פון 66=טן יאָר, וועלכע האָבן זיך פארהיט ביזן הײַנטיקן טאָג. דער צווייטער עקזעמפּליאר געפינט זיך אין דער קאָלעקציע פונעם מוזיי פון ייִסראָעל. אף איין זײַט פון דער מאטבייע זײַנען אויסגעקריצט די ווערטער ”שקל ישראל“, א ריטועלער בעכער און די דאטע פונעם אופשטאנד. אף דער אנדערער זײַט פון דער מאטבייע זײַנען אויסגעקריצט דרײַ יונגע מילגרוימען און די ווערטער ”ירושלים הקדושה“.
די צווייטע מאטבייע - א פערטל פון שקל - איז געווען אויסגעמינצט אין 07 יאָר. זי איז אויך איינער פון צוויי עקזעמפּליארן, וועלכע האָבן זיך פארהיט.
די קאָלעקציע איז געווען צונויפגעזאמלט פאר מער פון 04 יאָר דורך א פּריוואטן קאָלעקציִאָנער פון לאָס=אנזשעלעס, וועמעס נאָמען האלט מען בעסאָד.

RSS лента