דער בילדונגס=מיניסטער פון ייִסראָעל גידאָן סאאר און דער אויסערן=מיניסטער פון קאנאדע דזשאָן בערד האָבן אָנטיילגענומען אין דער עפענונג פון דער געבײַדע פון דער צווישנפעלקערלעכער שול פאר אויספאָרשן די געשיכטע פון שואה. אָט די שול וועט אופנעמען די פּעדאגאָגן און סטודענטן פון דער גאנצער וועלט.
”ווי מאָדנע דאָס זאָל ניט זײַן, מער אין זעקס יאָרצענדליקער ארום וואקסן ווײַטער דער אינטערעס פאר דער געשיכטע פון שואה, און דאָס ווילן פון די פּעדאגאָגן מער דערוויסן זיך וועגן די פאָרגעקומענע געשעענישן“, - האָט געזאָגט אוונער שאלעוו, דער פאָרזיצער פון ”יד ושם“.
”פאר די לעצטע עטלעכע יאָרן האָט די צאָל פון די סעמינארן פאר פּעדאגאָגן זיך פארגרעסערט , בלויז פאראיאָרן האָט די שול דורכגעפירט 76 סעמינארן פאר פּעדאגאָגן און אומפאָרמאלע לידערס פון דער גאנצער וועלט“, - האָט ער צוגעגעבן.
אין די לעצטע יאָרן האָט ”יד ושם“ היפּש אקטיוויזירט די בילדונגס=טעטיקײַט און פארגרעסערט די צאָל פון די סעמינארן פאר אויסלענדישע לערער פון דער געשיכטע פון שואה. דער באווײַז פונעם דערפאָלג פון אָט דער פּראָגראם קען מען זען יעדן טאָג אין דער גאָרקיך פונעם מוזיי - אין דער איבערגעפולטן זאל קען מען דערהערן בא צוואנציק אויסלענדישע שפּראכן. דער מעמאָריִאל האָט אויך אָנגעהויבן דורכפירן די ספּעציִעלע קורסן פאר די לערער פון לאטײַנישער אמעריקע און אזיע.


RSS лента