אין פּוילן זײַנען ביז דער צווייטער וועלט=מילכאָמע געווען 0021 בעסאלמענס, מער פון 004 פון זיי האָבן זיך ניט פארהיט. זיי האָט מען צעשטערט און געבויט אף זייער אָרט די הײַזער און ספּאָרט=פּלעצער, געמאכט מיסטהויפנס און קאריערן. און דעם זאמד פון זיי, צונויפגעמישט מיט ביינער, האָט מען אויסגענוצט פאר בויען וווינהײַזער.
אין דער צײַט פון דער מילכאָמע האָבן די דײַטשישע אָקופּאנטן ברוקירט מיט מאצייוועס די הויפנס פון די געבײַדעס, אין וועלכע זיי האָבן געוווינט, באפעסטיקט די וועגן, געמאכט פון זיי די ווענט און באפעסטיקונגען. נאָך דער מילכאָמע האָבן די פּאָליאקן פאָרגעזעצט אָט די טראדיציע - מיט מאצייוועס האָט מען אויסגעלייגט א פײַערשוץ=באסיין, באפעסטיקט אן אײַזנבאן=אָנשיט א.א.וו. אין פּוילישע דערפער קען מען געפינען הונדערטער שלײַפשטיינער, וועלכע זײַנען געמאכט פון מאצייוועס.
דער פאָטאָגראף לוקאש באקסיק שפּירט נאָך נאָך די גויראָלעס פון מאצייוועס. ער שטרעבט געפינען די מאצייוועס און אומקערן זיי אף זייער אָרט - אף בעסאלמענס, א סאך פון וועלכע דארף מען ברענגען אין אָרדענונג.

![maciiuues far togteglex] auisnic]](http://www.gazetaeao.ru/media/k2/items/src/b0c1d8db4dfad5683cfa7955edffcc65.jpg)
RSS лента