די ספאָרים, ווי רעכענען די ספּעציִאליסטן, האָט מען געהיים ארויסגעפירט פון דער פּראָווינץ סאמאנגאן, וועלכע געפינט זיך אף צאָפן פון אפגאניסטאן.
דער פּראָפעסאָר פון דער קאפעדרע פון די איראנישע אויספאָרשונגען פונעם ייִדישן אוניווערסיטעט אין יערושאָלאיִם שאול שאקעד האָט אויסגעפאָרשט אייניקע דאָקומענטן, וועלכע שטעלן מיט זיך פאָר די געשעפטלעכע קאָרעספּאָנדענץ, די רעכטלעכע אקטן און אויך די לידער. שאקעד מערקט אָפּ, אז די געלערנטע האָבן ביז דער לעצטער צײַט קימאט גאָרנישט ניט געוווּסט וועגן דער מיטלאלטערלעכער געשיכטע פון די אפגאנישע ייִדן, ווײַל ס’זײַנען ניט געווען קיין שריפטלעכע קוואלן. ”מיר האָבן דאָס ערשטע מאָל געפונען די שריפטלעכע באווײַזן פון דער עקזיסטירונג פון דער ייִדישער קעהילע אין מיטלאלטערלעכן אפגאניסטאן. מע דארף זיי זאָרגזאם אויספאָרשן“, - מערקט אָפּ דער געלערנטער.
בא הײַנטיקן טאָג פארהיטן זיך די דאָקומענטן בא די פּריוואטע קאָלעקציִאָנערן אין לאָנדאָן. שאקעד מיינט, אז מע האָט זיי ארויסגעפירט צוויי יאָר צוריק פון אפגאניסטאן אלס קאָנטראבאנדע.
מײַקל לאָו, דער וויסנשאפטלעכער מיטארבעטער פונעם צענטער פון די ייִדישע אויספאָרשונגען פונעם אוניווערסיטעט פון אָקספאָרד, זאָגט, אז די ספאָרים האָבן געקענט געהערן די סאָכרים=ייִדן, וועלכע פלעגן פירן די קאראוואנען דורך צענטראל=אזיע.
די מאכטהאָבער פון אפגאניסטאן האָבן רעאגירט אומצוטרוילעך אף דער אינפאָרמאציע וועגן די אוראלטע ספאָרים, כאָטש די געלערנטע באהויפּטן ווי איין מענטש, אז דאָס געפינס איז פונעם דאָזיקן לאנד. וועדליק די עקספּערטן דערציילן, זײַנען די ספאָרים געווען אָנגעשריבן אפן דיִאלעקט פון דער העברעיש=פּערסישער שפּראך, ווי אויך אנדערע דאָקומענטן, וועלכע האָבן די אפגאנישע אָפּשטאמונג.
דער דירעקטאָר פונעם מעלוכע=ארכיוו פון אפגאניסטאן סאכי מוניר האָט ספייקעס, אז די ספאָרים האָבן א שײַכעס צו אפגאניסטאן, אין קעגנפאל וואָלט ער אומבאדינגט געוווּסט וועגן זייער עקזיסטירונג. נאָר דער ראטגעבער פונעם קולטור=מיניסטעריִום פון אפגאניסטאן דזשאלאל נאָראני האָט געמאָלדן, אז די דאָקומענטן קענען טאקע האָבן די אפגאנישע אָפּשטאמונג.
”א סאך אוראלטע ארטעפאקטן דערגיין ניט פּאָשעט ביז אונדזער אמטשאפט: אָנשטאָט דעם פארקויפט מען זיי וווּ=ניט=איז דרײַ מאָל אזויפיל“, - האָט ער געמאָלדן.
ער דערציילט, אז די היגע אײַנוווינער, וועלכע האָבן געפונען אן אוראלטן ארטעפאקט, פארקויפן אים די מעקלער, און נאָכדעם שטעלן זיי אָט דעם ארטעפאקט אויס אף אאוקציִאָנען אין איראן, פּאקיסטאן אָדער אייראָפּע. ”מיר זײַנען, צום באדויערן,ניט בעקויעך קעמפן מיט דעם, - זאָגט דער טשינאָווניק. - דער בודזשעט פונעם מיניסטעריִום איז באגרענעצט, און מיר קענען באצאָלן פארן געפינס ניט מער פון עטלעכע טויזנט דאָלאר, דאן ווען אפן צווישנפעלקערלעכן אאוקציִאָן קען זײַן פּרײַז דערגרייכן ביז מיליאָנען“.
די פיליאָריקע מילכאָמעס אף דער טעריטאָריע פון אפגאניסטאן, אויב רעדן ווייך, העלפן ניט פארהיטן די קולטור=ווערטן. דער גרויסער טייל פון די אוראלטע קסאוויאדן, וועלכע געהערן דער מעלוכע, פארהיטן זיך אינעם ספּעציִעלן אָפּטייל פונעם מעלוכע=ארכיוו. ”געוויס, אפגאניסטאן, ווי א באליביק לאנד, וויל אײַנהיטן די אייגענע קולטור=ווערטן, - מערקט אָפּ דער פּראָפעסאָר שאקעד. - אָבער אזויארום האָבן די געלערנטע קיין מעגלעכקײַט אויספאָרשן זיי“.


RSS лента