אנטאָן בורגער האָט פארנומען דעם פּאָסטן פונעם קאָמענדאנט פון טערעזנשטאָט פון יול 3491 יאָר ביז פעווראל 4491 יאָר. אין אָט דער צײַט זײַנען אין לאגער געווען קימאט 041 טויזנט אסירים (הויפּטזאכלעך ייִדן). 33 טויזנט פון זיי זײַנען אין אָט דעם פּעריִאָד אומגעקומען.
דאָס נײַס וועגן דעם, אז אף די טאָרגעס וועט מען אויסשטעלן די אינסטרומענטן, וועלכע האָבן געהערט דעם נאצישן פארברעכער, האָט ארויסגערופן א גרימצאָרן אין דער ייִדישער קעהילע פון גרויסבריטאניע. דער אויספילערישער דירעקטאָר פונעם פאָרשטייער=ראט - דער גרעסטער ייִדישער אָרגאניזאציע פון גרויסבריטאניע - יאָן בענדזשאמין האָט געמאָלדן, אז ”די שטרעבונג באקומען א רעוועך פון אזעלכע איבלדיקע זאכן רופט ארויס א באומרויִקײַט“. די פאָרשטייער פון אנדערע ייִדישע אָרגאניזאציעס, דערין פונעם פאָנד פון אנע פראנק, רעכענען, אז די אינסטרומענטן, וועלכע האָבן געהערט דעם נאצישן פארברעכער, דארפן געפינען זיך ערגעץ=וווּ אין מוזיי.
אין דער צײַט פון דער צווייטער וועלט=מילכאָמע האָבן די נאציס אויסגענוצט טערעזנשטאָט, וועלכער האָט זיך געפונען ניט ווײַט פון דער שטאָט טערעזין (טשעכיע), צוליב פּראָפּאגאנדע: זיי האָבן געפּרוּווט דערווײַזן, אז דער לאגער איז קימאט א גאניידן פאר די ייִדן. מע האָט צוליב דעם אפילע געמאכט א פּראָפּאגאנדיסטישן פילם, אין וועלכן מע האָט געוויזן די גליקלעכע ייִדישע באלמעלאָכעס, די קינדער, וועלכע האָבן געשפּילט אין פוטבאָל און געגעסן בוטערבראָדן, די יונגע מוטערס מיט קינדער=וועגעלעך.
אנטאָן בורגער האָט א סאך געטאָן, קעדיי פארבאהאלטן פון דעם רויטן קרייץ און פון אנדערע פאָרשטייער פון דער צווישנפעלקערלעכער געזעלשאפטלעכקײַט, וועלכע האָבן באזוכט דעם לאגער, די עמעסע מאסשטאבן פון די פארברעכנס, וועלכע האָבן זיך דאָרטן פאָרגעקומען.
ס’איז אינטערעסאנט, אז בורגער, וועלכער האָט געהאט אָט דעם קאָמפּלעקט פון מעדיצינישע אינסטרו-מענטן, האָט אפּאָנעם קיין שײַכעס ניט געהאט צו מעדיצין. אָט דעם קאָמפּלעקט האָט אויסגעשטעלט אף די טאָרגעס אן אנאָנימער פארקויפער.
דער פאָרשטייער פונעם אאוקציִאָן=הויז ”ווילא כאָל“ גרייס קלאָוק האָט דערציילט, אז דער מאן פון א פרוי, וועלכע האָט אויסגעשטעלט די אינסטרומענטן אף אן אאוקציִאָן, איז געווען א ייִד. זײַנע עלטערן האָבן זיך באקענט אינעם נאצישן קאָנצענטראציע= לאגער. דער מאנצבל איז געשטאָרבן צוריק מיט עטלעכע יאָר, און די אלמאָנע ווייסט ניט, פונוואנען האָבן זיך בא אים גענומען אָט די אינסטרומענטן. גרייס קלאָוק מיינט, אז זײַן פאָטער האָט געקאָנט נעמען זיי נאָך דער באפרײַונג פונעם לאגער אָדער קויפן זיי אפן שווארצן מארק אין עטלעכע יאָר ארום.
אין טערעזנשטאָט פלעגן הויפּטזאכלעך ארײַנפאלן די ”פּריווילעגירטע“ ייִדן - די וועטעראנען פון דער ערשטער וועלט=מילכאָמע, די טשינאָווניקעס, די פאָרשטייער פון בורזשואזיִע פון דײַטשלאנד, עסטרײַך און טשעכיע. די באדינגונגען אין אָט דעם לאגער זײַנען געווען טאקע בעסער, ווי אין די פארניכטונגס=לאגערן אין פּוילן, אָבער די מערהײַט אסירים פון טערעזנשטאָט האָט מען בעמיילע אינגיכן אוועקגעשיקט קיין אוישוויץ, טרעבלינקע און מײַדאנעק.
ווען די סאָוועטישע מיליטער=טיילן האָבן באפרײַט טערעזנשטאָט דעם 7=טן מײַ 5491 יאָר, זײַנען דאָרטן געווען נאָר 0091 לעבעדיקע אסירים.
לויט דער פּערזענלעכער פאראָרדענונג פון הימלער האָט אנטאָן בורגער געגרייט טערעזנשטאָט צום באזוכן פון דער דעלעגאציע פונעם צווישנפעלקערלעכן רויטן קרייץ. קעדיי מע זאָל מיינען, אז טערעזנשטאָט איז ניט איבערגעפולט, זײַנען מער פון א האלבן אסירים געווען אוועקגעשיקט קיין אוישוויץ. א טייל געבײַדעס האָט מען פארמאסקירט אונטער די קראָמען און קאפעען. מע האָט אָפּגענארט די פאָרשטייער פונעם רויטן קרייץ, און אינגיכן האָט מען אפילע געמאכט א פּראָפּאגאנדיסטישן פילם וועגן דעם ”גליקלעכן לעבן פון די ייִדן אין דער מוסטערהאפטער געטאָ“.
גרייס קלאָוק לייגט אכט אף דעם פאקט, אז צוליב דער דעלעגאציע פונעם רויטן קרייץ האָט מען אין לאגער אפגיך אָרגאניזירט עטלעכע אָרקעסטערס. און דער קאָמפּלעקט פון אינסטרומענטן, וועלכער האָט געהערט בורגערן, איז אפּאָנעם געווען באשטימט פאר מוזיקאלישע אינסטרומענטן.
בורגערן האָט מען נאָך דער מילכאָמע הינטער=אויגיק צוגעמישפּעט צו דער טויט=שטראָף. אָבער ס’איז אים נאָך בייס דער מילכאָמע אײַנגעגעבן פארשווינדן. ער איז געשטאָרבן אין 1991 יאָר אין דײַטשלאנד, וווּ ער האָט געוווינט לויט פאלשע דאָקומענטן. נאָר אין דרײַ יאָר ארום נאָך זײַן טויט האָט מען זיך דערוווּסט, ווער איז ער געווען אינדערעמעסן.

![di reteniqfule ainstrument]](http://www.gazetaeao.ru/media/k2/items/src/35fc6328c102611691f8d6460b5c2ea5.jpg)
RSS лента