אין זײַן קונסט האָט ווײַנבערג געקענט געפינען א באזונדערן, איינמאָליקן סטיל. זײַנע שאפונגען זײַנען די טיפע און ערנסטע געדאנקען פונעם גרויסן קינסטלער און בירגער.
ווײַנבערג איז געבוירן געוואָרן דעם 8 דעקאבער 9191 יאָר אין ווארשע אין דער מישפּאָכע פון א קאָמפּאָזיטאָר און פידלער פון איינעם פון די ייִדישע טעאטערס. פארנעמען זיך מיט מוזיק האָט דאָס ייִנגל אָנגעהויבן ווען ער איז געווען 01 יאָר אלט, און אין עטלעכע כאדאָשים ארום האָט ער דעביוטירט אלס א פּיִאניסט= קאָנצערטמייסטער אינעם טעאטער פון זײַן פאָטער. אין צוויי יאָר ארום איז ווײַנבערג געוואָרן א סטודענט פון דער ווארשעווער קאָנסערוואטאָריע. ער האָט זי פארענדיקט אין 9391 יאָר, גלענצנדיק באהערשט א פּראָפעסיע פונעם פּיִאניסט. שפּעטער וועט דער קאָמפּאָזיטאָר אליין אויסשפּילן זײַנע שאפונגען צום ערשטן מאָל. אין אָט דעם פּעריִאָד האָבן זיך אײַנגעשטעלט די קינסטלערישע אָריִענטירן פונעם קינפטיקן קאָמפּאָזיטאָר. אף אָט דעם פּראָצעס האָט אין פיל הינזיכטן געווירקט דאָס קולטור=לעבן פון ווארשע, באזונדערס די טעטיקײַט פון פילהארמאָניע=געזעלשאפט, וועלכע האָט אקטיוו פּראָפּאגאנדירט די מײַרעוו= אייראָפּעיִשע קלאסיק. מער טיפע אײַנדרוקן האָבן אף ווײַנבערגן געמאכט די ארויסטרעטונגען פון אזעלכע פּראָמינענטע מוזיקאנטן, ווי א.רובינשטיין, ס.ראכמאנינאָוו, פּ. קאזאלס, פ. קרייסלער, אָ.קלעמפּערער, ב.וואלטער.
די מילכאָמע האָט שארף און טראגיש געענדערט דאָס לעבן פונעם קאָמפּאָזיטאָר. זײַן גאנצע מישפּאָכע איז אומגעקומען, ער אליין האָט אין דער צאָל פון די פּלייטים פארלאָזט פּוילן. דאָס צווייטע היימלאנד פונעם קאָמפּאָזיטאָר איז געוואָרן סאָוועטנפארבאנד. ער האָט זיך באזעצט אין מינסק, איז ארײַנגעטראָטן אין קאָנסערוואטאָריע אפן קאָמפּאָזיטאָרן=פאקולטעט. די שעפערישע סאכאקלען פון אָט די יאָרן זײַנען געוואָרן די סימפאָנישע פּאָעמע, דער צווייטער קווארטעט, די פאָרטעפּיאנע=פּיעסן. אָבער די שרעקלעכע געשעענישן פון דער מילכאָמע האָבן זיך נאָכאמאָל ארײַנגעריסן אין זײַן לעבן - ער איז געוואָרן אן איידעס פון דער פארניכטונג פון דער סאָוועטישער ערד. ווײַנבערג האָט זיך עוואקויִרט קיין טאשקענט און האָט אָנגעהויבן ארבעטן אינעם טעאטער פון אָפּערע און באלעט. דאָ האָט ער געשאפן די ערשטע סימפאָניע, וועלכע האָט געשפּילט א באזונדערע ראָל אינעם גוירל פונעם קאָמפּאָזיטאָר. אין 3491 יאָר האָט ווײַנבערג געשיקט די פּארטיטור שאָסטאקאָוויטשן, וועלכער האָט אָרגאניזירט פאר ווײַנבערגן א מעלוכע= ארויסרוף קיין מאָסקווע. און פון דעמלט אָן וווינט ווײַנבערג און ארבעט אין מאָסקווע.
די הויפּט=טעמע פון ווײַנבערגס קונסט זײַנען די מילכאָמע, דער טויט און די צעשטערונגען ווי די סימבאָלן פון שלעכטס. דאָס לעבן אליין, די טראגישע קערן פונעם גוירל האָבן געצוווּנגען דעם קאָמפּאָזיטאָר שאפן די ווערק וועגן די שרעקלעכע געשעענישן פון דער מילכאָמע, ווענדן זיך ”צום אָנדענק, דאָס הייסט, צום געוויסן פון יעדן פון אונדז“.
מער בוילעט איז די טעמע פון דער מילכאָמע פארקערפּערט געוואָרן אין דער דריטער (9491), זעקסטער (2691), אכטער (4691), נײַנטער (7691) סימפאָניעס, אין דער סימפאָנישער טרילאָגיע ”איבערגעטראָטן די שוועל פון דער מילכאָמע“, אין דער קאנטאטע ”דער טאָגבוך פון ליבע“, וואָס איז געווידמעט דעם אָנדענק פון די קינדער, וועלכע זײַנען אומגעקומען אין אוישוויץ, א.א.וו.
”די מוזיק איז אָנגעשריבן מיטן בלוט פונעם הארצן. זי איז בוילעט און בילדעריש, אין איר איז ניטאָ קיין פּוסטע, אינדיפערענטע נאָטן. אלץ איז איבערגעלעבט און באזיניקט דורכן קאָמפּאָזיטאָר, אלץ איז אויסגעדריקט אופריכטיק און מיט היץ. איך נעם אוף זײַן מוזיק אלס א הימן פון דער נאציִאָנאלער סאָלידארקײַט פון די מענטשן קעגן דעם סאמע שרעקלעכן שלעכטס - פאשיזם“, - האָט געזאָגט שאָסטאקאָוויטש וועגן ווײַנבערגס שאפונג.
אויך ווי א באזונדער פאָדעם גייט דורך אין ווײַנבערגס שאפונג די טעמע פון קינדהײַט, וועלכע איז פארקערפּערט אין סאמע פארשיידענע זשאנרען. זי איז געוואָרן א סימבאָל פון דער מאָראלישער זויבערקײַט, פון עמעס און גוטס, א פארקערפּערונג פון מענטשלעכקײַט, וועלכע איז כאראקטעריסטיש פאר דער גאנצער מוזיק פונעם קאָמפּאָזיטאָר.
ס’איז סימבאָליש, אז די לעצטע פארענדיקטע שאפונג פון ווײַנבערג - אָפּערע ”אידיִאָט“ לויטן ראָמאן פון דאָסטאָיעווסקי - איז א ווענדונג צו דער ווערק, די אופגאבע פון וועלכער איז ”שילדערן פּאָזיטיוו א גוטן מענטש, געפינען אן אידעאל“. דאָס איז אין איינקלאנג מיט דער אידיי פון דער גאנצער שאפונג פונעם קאָמפּאָזיטאָר.
משה ווײַנבערג איז אן אווטאָר פון 91 סימפאָניעס, 71 סטרונע=קווארטעטן, א סאך סאָנאטעס פאר פארשיידענע אינסטרומענטן. ער האָט געשאפן מוזיק פאר טעאטער און קינאָ. דער קאָמפּאָזיטאָר איז אוועק לעבן דעם 62 פעווראל 6991 יאָר.

![er hot geqaf] di muzik uueg] der milxome](/cache/4c5544ba8a10f9b178e8ca56442e3327.jpg)
RSS лента