אף דער פאָריקער וואָך איז געוואָרן 001 יאָר פונעם געבורטסטאָג פונעם גלענצנדיקן פּוילישן מוזיקאנט און קאָמפּאָזיטאָר וולאדיסלאוו שפּילמאן.
וולאדיסלאוו איז געבוירן געוואָרן דעם 5 דעקאבער 1191 יאָר אין סאָסנאָוועץ, היפּש גרויסן אינדוסטריִעלן צענטער פון שלעזיע, אין דער אסימילירטער ייִדישער מישפּאָכע. וולאדעק האָט זיך געלערנט אין דער ווארשעווער קאָנסערוואטאָריע אפן נאָמען פון פרעדעריק שאָפּען. אין 1391 יאָר האָט ער באקומען די סטעפּענדיע פון דער בערלינער אקאדעמיע פון שיינקונסטן. אין בערלין האָט שפּילמאן געשאפן זײַן ערשטע סימפאָנישע שאפונג - די פאָרטעפּיאנע=סיויִטע ”דאָס לעבן פון די מאשינען“. נאָכן קומען צו דער מאכט פון די נאציס אין 3391 יאָר איז שפּילמאן געווען געצוווּנגען איבערײַסן דאָס לערנען און אומקערן זיך קיין פּוילן.
אין 5391 יאָר האָט שפּילמאן אָנגעהויבן ארבעטן אף דער מעלוכע=ראדיִאָ, מיט וועלכער איז געווען פארבונדן זײַן גאנץ ווײַטערדיק לעבן. אין אָט דעם פּעריִאָד האָט שפּילמאן געשאפן זײַנע ערשטע לידער, וועלכע זײַנען געוואָרן זייער פּאָפּולער אין ביזמילכאָמעדיקן פּוילן. ער האָט מיטגעארבעט מיט עמאנועל שלעכטערן, וועלכער איז אומגעקומען אין 3491 יאָר אין דער לוואָווער געטאָ.
דעם 32 סענטיאבער 9391 יאָר האָט שפּילמאן געשפּילט אינעם דירעקטן ראדיִאָ=עפיר די שאפונגען פון שאָפּען. פּלוצעם האָט זיך אָנגעהויבן די דײַטשישע באָמבארדירונג, און די פּוילישע ראדיִאָ איז אנשוויגן געוואָרן (אין זעקס יאָר ארום האָט זיך די טראנסלירונג ווידער אָנגעהויבן פון אָט דער סאמע שאפונג פון שאָפּען, וועלכע עס האָט נאָכאמאָל געשפּילט שפּילמאן). אין עטלעכע טעג ארום האָט זיך אָנגעהויבן די דײַטשישע אָקופּאציע פון פּוילן.
אין 0491 יאָר האָבן די דײַטשן ארויסגעגעבן דעם אוקאז, אין העסקעם מיט וועלכן האָבן אלע פּוילישע ייִדן געדארפט איבערקלײַבן זיך אין דער געטאָ. די מערהײַט אײַנוווינער פון דער געטאָ האָבן געלעבט אין אויסערסט שטארקער נויט, א סאך מענטשן זײַנען געשטאָרבן פון הונגער און קראנקהײַטן.
אין 2491 יאָר האָבן די דײַטשן אָנגעהויבן דעפּאָרטירן די ייִדן פון געטאָ אין די טויט=לאגערן. די קרויווים פון שפּילמאן האָט מען אוועקגעשיקט קיין טרעבלינקע, וווּ אלע זיי זײַנען אומגעקומען. שפּילמאנען האָט מען איבערגעלאָזט אין דער געטאָ און צוגעצויגן צו די צוואנג=בוי=ארבעטן. אין 3491 יאָר איז שפּילמאן אנטלאָפן פון דער געטאָ אינעם ארישן טייל פון ווארשע. דאָרטן, ריזיקירנדיק מיט אייגענעם לעבן, האָבן אים באהאלטן די מוטיקע פּוילישע אינטעליגענטן.
אזוי האָט שפּילמאן דערלעבט ביזן ווארשעווער אופשטאנד, אין גאנג פון וועלכן איז זײַן באהעלטעניש געווען צעשטערט. שפּילמאן איז געבליבן אָן דער הילף פון זײַנע פרײַנט און איז געווען געצוווּנגען באהאלטן זיך אין די רויִנען פונעם האלבצעשטערטן הויז. עס האָט אים דאָרטן געפונען דער קאפּיטאן פון ווערמאכט ווילהעלם האָזענפעלד (די דאָזיקע געשעענישן זײַנען גוט אָפּגעשפּיגלט אינעם פילם ”דער פּיִאניסט“). האָזענפעלד האָט געהאָלפן שפּילמאנען אויסבאהאלטן זיך, פלעגט אים ברענגען די שפּײַז. כוץ שפּילמאנען האָט האָזענפעלד געראטעוועט נאָך עטלעכע פּאָליאקן און ייִדן.
דעם 71 יאנוואר 5491 יאָר האָט די רויטע ארמיי גענומען האָזענפעלדן אין געפאנגענשאפט. מע האָט אים אנערקענט פאר שולדיק אין די קריגס=פארברעכנס און צוגעמישפּעט צו 52 יאָר טפיסע. ער איז געשטאָרבן אינעם לאגער פאר די קריגס=געפאנגענע ניט ווײַט פון סטאלינגראד אין 2591 יאָר.
נאכן באפרײַען פּוילן האָט שפּילמאן נאָכאמאָל אָנגעהויבן ארבעטן אף דער ראדיִאָ, ער איז געוואָרן א דירעקטאָר פון דער מוזיק=רעדאקציע. אין די 05-06=סטע יאָרן האָט ער אָנגעשריבן א סאך פּאָפּולערע לידער, א היפּשער טייל פון וועלכע זינגט מען ביז איצט.
אין 1691 יאָר האָט זיך לויט שפּילמאנס איניציִאטיוו געעפנט א יערלעכער פעסטיוואל פון דער פּאָפּולערער מוזיק אין סאָפּאָט.
שוין אין 5491 יאָר האָט שפּילמאן פּובליקירט דעם בוך ”די טויט פון דער שטאָט“ - די דערינערונגען וועגן די יאָרן פון דער אָקופּאציע. אָבער דער אווטאָריטארנער סטאליניסטישער רעזשים האָט פארבאָטן דעם בוך. סאָף 05=סטע איז דער בוך געווען נאָכאמאָל פּובליקירט.
אין 8991 יאָר האָט שפּילמאנס זון, אנדזשיי, איבערגעזעצט דעם בוך אף דער דײַטשישער שפּראך און פּובליקירט אים אונטערן נאָמען ”NEBELREBEU ERABREDNUW SAD“. אינגיכן איז דער בוך ארויסגעגאן אין דער איבערזעצונג אף דער ענגלישער שפּראך אונטערן נאָמען ”דער פּיִאניסטן“, לויט וועלכן האָט ראָמאן פּאָלאנסקי געשאפן אין 2002 יאָר זײַן באוווּסטן פילם. וולאדיסלאוו שפּילמאן האָט ניט דערלעבט ביז דער פּרעמיערע. ער איז געשטאָרבן דעם 6 יול 0002 יאָר אין ווארשע.


RSS лента