אינעם טורניר, כוץ דער נאציִאָנאלער קאָמאנדע פון דײַטשלאנד, האָבן אָנטיילגענומען די געזאמלטע קאָמאנדעס פון ווײַסרוסלאנד, סלאָוואקיע און שווייץ. דער 82=יאָריקער עוואן קאופמאן איז געבוירן געוואָרן אין די פארייניקטע שטאטן פון אמעריקע. זײַן זיידע, קורט קאופמאן, א געבוירענער אינעם קליינעם דײַטשישן שטעטל אפן טײַך מאָזעל, איז אין דער צײַט פון דער צווייטער וועלט=מילכאָמע געווען אין א קאָנצענטראציע=לאגער און נאָך דער מילכאָמע האָט עמיגרירט קיין אמעריקע. א מערסטן טייל פון קורטס מישפּאָכע איז אומגעקומען אין די גאזקאמערן.
דער ספּאָרטסמען איז שטאָלץ מיט דעם, אז ער האָט רעפּרעזענטירט דײַטשלאנד אפן טורניר. ”אין דער פארגאנגענהײַט האָב איך זיך קיינמאָל ניט פארטראכט וועגן דעם ערנסט. איך האלט דאָס פאר א קאָוועד, אָבער ס’איז זייער שפּאנענדיק ארויסקומען אפן אײַז אונטער די קלאנגען פונעם הימן פון דײַטשלאנד“.
עוואן איז אריבערגעפאָרן קיין דײַטשלאנד אין 8002 יאָר און פילט זיך דאָרטן, וועדליק ער דערציילט, ווי בא זיך אינדערהיים. די עלטערן פונעם כאָקיייִסט אָפט קומען צו אים צו פאָרן פון אמעריקע.
קאופמאן דערציילט, אז ער האָט נאָך קיינמאָל ניט כאראָטע געהאט, אז ער האָט געגעבן די האסקאָמע שפּילן פאר דער געזאמלטער קאָמאנדע פון דײַטשלאנד. בא הײַנטיקן טאָג רעכנט זיך דער ספּאָרטסמען פאר איינעם פון די בעסטע מיטשפּילער פון דער דײַטשישער כאָקיי=ליגע. עוואן האָט געזאָגט, אז זײַנע קאָלעגן פרעגן אים אָפט וועגן זײַנע ייִדישע וואָרצלען. און דאָך האָט ער קיינמאָל ניט דערציילט די כאוויירים וועגן דעם, אז א סאך זײַנע קרויווים זײַנען אומגעקומען פון די הענט פון די נאציס.
ביז דעם ווי היטלער איז געקומען צו דער מאכט, האָבן די דײַטשישע ייִדן דעמאָנסטרירט די גרויסע דערגרייכונגען אין ספּאָרט. די נירנבערג=געזעצן, וועלכע זײַנען געווען אָנגענומען אין 5391 יאָר, האָבן ארויסגעטריבן די ייִדן פונעם גרויסן ספּאָרט. א סאך גלענצנדיקע ספּאָרטסמענען=ייִדן זײַנען אומגעקומען אין די יאָרן פון שואה. צווישן זיי איז דער גימנאסט, דרײַ מאָל טשעמפּיִאָן פון די אָלימפּישע שפּילן אין 6981 יאָר אלפרעד פלאטאָוו. אין 2491 יאָר האָט מען אוועקגעשיקט דעם 37=יאָריקן פלאטאָוון אינעם קאָנצענטראציע=לאגער טערעזנשטאָט, וווּ ער איז געשטאָרבן פון הונגער אין עטלעכע כאדאָשים ארום. די טשעמפּיִאָנקע פון דער אָלימפּיִאדע=0291 אין ווארפן די קויל לילי הענאָך איז אומגעקומען צוזאמען מיט דער מוטער אין געטאָ אין לעטלאנד אין 2491 יאָר. עטלעכע פוטבאָליסטן, וועלכע זײַנען ארויסגעטראָטן פאר דער געזאמלטער קאָמאנדע פון דײַטשלאנד, זײַנען אויך געווען דעפּאָרטירט אף מיזרעך און דערנאָך זײַנען זיי געווען דערהארגעט.
צום סאָף פון דער מילכאָמע זײַנען אין דײַטשלאנד געווען בא פינף טויזנט ייִדן, נאָר פארן קומען פון די נאציס צו דער מאכט אין 3391 יאָר איז דער צאָלבאשטאנד פון דער ייִדישער קעהילע פונעם לאנד געווען מער פון א האלבן מיליאָן.
עס זײַנען באוווּסט צוויי פאלן, ווען די ספּאָרטסמענען=ייִדן זײַנען ארויסגעטראָטן פאר דײַטשלאנד אפן די פארמעסטונגען פונעם צווישנפעלקערלעכן ניוואָ נאָך דער צווייטער וועלט=מילכאָמע. אין 2591 יאָר האָט דער שווימער גערבערט קליאין רעפּרעזענטירט דײַטשלאנד אף דער אָלימפּיִאדע אין העלסינקי, און אין 4002 יאָר איז די שווימערן שרה פּיאָווע, א געבוירענע אין דער דאָרעם=אפריקאנישער רעפּובליק, ארויסגעטראָטן אין א באשטאנד פון דער דײַטשישער געזאמלטער קאָמאנדע אין א ונה.

![a] amerikaner i`d ainey djtqiq] xokii](http://www.gazetaeao.ru/media/k2/items/src/60482e11e9d47c9dcde2e1584654cead.jpg)
RSS лента