אויב די פּאראמעדיקער האָבן געהאָלפן דעם קראנקן אפן אָרט, און קיין שפּיטאָליזירונג האָט זיך ניט געפאָדערט, וועט דער קראנקער דארפן אָפּצאָלן, אָבער דעם טאריף וועט מען פארקלענערן.
אָט דער געזעץ=פּראָיעקט דערלויבט דער דינסט ”מגן דוד אדום“ מאכן פאר די מענטשן האנאָכעס און באפרײַען זיי פונעם אָפּצאָלן, נעמען ניט די פּראָצענטן און געלט=שטראָף פון די באלע=כויוועס, רעגולירן די טאריפן אף זייער באדינונג.
אף דער זיצונג פון דער קאָמיסיע האָט מען פאָרגעשטעלט די אָנגאבן, וועלכע זאָגן איידעס וועגן דעם, אז א סאך ייִסרעיילים קענען ניט צאָלן פאר דער באדינונג פון דער ”גיכער הילף”. קימאט 000 052 ייִסראָעלדיקע מישפּאָכעס האָבן כויוועס פאר ”מגן דוד אדום“, און די געמיינזאמע סומע פונעם כויוו דערגרייכט קימאט 003 מיליאָן שקלים.
אין העסקעם מיטן גילטנדיקן געזעץ צאָלט די שפּיטאָל=קאסע אָפּ פאר דער ארבעט פון ”מגן דוד אדום“ נאָר אין די פאלן, ווען פּאציִענט איז געווען שפּיטאָליזירט נאָך זײַן צושטעלן אין שפּיטאָל. אויב מע האָט ניט שפּיטאָליזירט דעם קראנקן, צאָלט ער פון זײַן קעשענע פארן פאָרן אין ”אמבולאנס“. מע צאָלט אויך אָפּ פאר א באליביקן ארויסרוף פון דער ”גיכער הילף” - אפילע אויב די פּאראמעדיקער האָבן נאָר באטראכט דעם קראנקן און האָבן באשלאָסן, אז ער נייטיקט זיך ניט אין שפּיטאָליזירונג.

![aruisruf] di “gixe hil[“ uuet nit kost] kii] gelt](http://www.gazetaeao.ru/media/k2/items/src/a237f4e6cbc81a03c58285e61f6c3915.jpg)
RSS лента