אָט די אויספאָרשונג האָט געוויזן, אז אויב א פרוי האָט איבערגעטראָגן דעם שטארקן סטרעס אין די ערשטע דרײַ כאדאָשים פון שוואנגערשאפט, קען דאָס ווירקן אפן אינטעלעקט פון א קינד.
די אויספאָרשער האָבן אויסגעקלאָרט, אז די קינדער, די מוטערס פון וועלכע האָבן געוווינט אין די שטעט אפן דאָרעם פונעם לאנד בייס דער אָפּעראציע ”כיפּ ברזל“ און וועלכע האָבן איבערגעטראָגן דעם ערנסטן סטרעס אין אָנהייב פון דער שוואנגערשאפט, זײַנען געבוירן געוואָרן מיט א שארף פארקלענערטן ניוואָ פון פעריטין.
- פעריטין איז אן אלבומין= קאָמפּלעקס, וועלכער שפּילט די ראָל פון א הויפּט=דעפּאָ פאר אײַזן. זײַן דעפיציט פארהאלט דאָס פארדײַען פון אײַזן אין אָרגאניזם און פירט צום אנטוויקלען פון אײַזן= דעפיציט=אנעמיע. דער דעפיציט פון אײַזן אף די פרי=סטאדיעס פון דער אנטוויקלונג פון א קינד טראָגט מיט זיך א סאך נעגאטיווע פאָלגן, דערין א פארקלענערונג פון קאָגניטיווע פעיִקײַטן, - האָט דערקלערט דער אָנפירער פון דער פאָרש=גרופּע דאָקטער שרגה אווינער.
וועדליק עס דערציילט דער דאָקטער אווינער, האָבן די פריִער דורכגעפירטע אויספאָרשונגען געוויזן, אז די קינדער, וועלכע האָבן אן אײַזן=דעפיציט=אנעמיע לערנען זיך ערגער אין שול, און דער שאָדן, וואָס עס האָט געבראכט דעם מארך א דעפיציט פון אײַזן אף די פרי=סטאדיעס פון דער אנטוויקלונג פון א קינד, איז אן אומצוריקלעכער.

![milxomes rjs] aunter dey aintelekt fu] di i`sreiiliy](http://www.gazetaeao.ru/media/k2/items/src/26de109ae5f81c1da804960dedd52f15.jpg)
RSS лента