Загрузить Adobe Flash Player Загрузить Adobe Flash Player Загрузить Adobe Flash Player
Главная»Идиш» Идиш - Издательский дом Биробиджан

Идиш

א באשטראָפונג פאר אומאכטונג

דער דעפּוטאט פון כנס פון דער פּארטיי ”הבי היהודי” אורי אָרבאך האָט צוגעשטעלט צום באהאנדלען א געזעץ=פּראָיעקט, וועלכער זעט פאָרויס א באשטראָפונג ביז א יאָר טפיסע פאר אומאכטונג צו די מעלוכע=סימבאָלן פונעם לאנד - הימן, פאָן א.א.וו.

ארויסרופן די ”גיכע הילף” וועט ניט קאָסטן קיין געלט

די קאָמיסיע פונעם ייִסראָעלדיקן פּארלאמענט פאר געזונט=פארהיטונג האָט איינשטימיק באוויליקט אין צווייטן און דריטן לייענען א געזעץ=פּראָיעקט, וועלכער באפרײַט די ייִסרעיילים פונעם אָפּצאָלן פאר ארויסרופן די ”גיכע הילף”, אויב די מעדיקער האָבן נאָר באטראכט דעם קראנקן, און ער האָט זיך אָפּגעזאָגט פון דער שפּיטאָליזירונג.

מילכאָמעס רײַסן אונטער דעם אינטעלעקט פון די ייִסרעיילים

אן אוניקאלע אויספאָרשונג האָבן דורכגעפירט די דאָקטוירים פונעם שפּיטאָל ”ברזילי“ (אשקלון) צוזאמען מיט די געלערנטע פונעם מיטשיגאן= אוניווערסיטעט (פשא).

אן אמעריקאנער ייִד אינעם דײַטשישן כאָקיי

דער כאָקיייִסט עוואן קאופמאן איז איינער פון די ווייניקע ספּאָרטסמענען=ייִדן, וועלכע האָבן רעפּרעזענטירט דײַטשלאנד אין ספּאָרט אפן צווישנפעלקערלעכן ניוואָ אין די נאָכמילכאָמעדיקע יאָרן. קאופמאן איז דאָ ניט לאנג ארויסגעקומען אפן אײַז אין א באשטאנד פון דער געזאמלטער קאָמאנדע פון דײַטשלאנד אפן צווישנפעלקערלעכן כאָקיי=טורניר אין מינסק.

די רעטענישפולע אינסטרומענטן

א קאָמפּלעקט פון כירורגישע אינסטרומענטן, וועלכער האָט געהערט דעם קאָמענדאנט פונעם נאצישן קאָנצענטראציע=לאגער טערעזנשטאָט, דעם סס=שטורמבאנפירער אנטאָן בורגערן, האָט מען אויסגעשטעלט אף אן אאוקציִאָן אין גרויסבריטאניע.

די אפגאנישע סייפער=טוירעס

אין צענטער פון אופמערקזאמקײַט פון די ספּעציִאליסטן זײַנען בא 051 האנטשריפטלעכע ייִדישע דאָקומענטן (דערין די סייפער=טוירעס) פון IX יאָרהונדערט. די געלערנטע באהויפּטן, אז אָט דאָס געפינס קען ווארפן א שײַן אף פריִער אומבאקאנטע קאפּיטלעך פון דער מיטלאלטערלעכער געשיכטע פון די ייִדן.

“יד ושם“ האָט געעפנט א נײַע געבײַדע

”יד ושם“ האָט פאָרגעשטעלט דער געזעלשאפטלעכקײַט א נײַע געבײַדע פונעם מעמאָריִאלן קאָמפּלעקס.

שאפן דעם מוזיי פון בראָדסקי וועלן העלפן די אמעריקאנער

די מאכט=פאָרשטייער פון פּעטערבורג ווילן צוציִען די אמעריקאנער אינוועסטאָרן צום שאפן דעם הויז=מוזיי פונעם פּאָעט יאָסיף בראָדסקי. וועגן דעם, אז דער מוזיי קען ווערן א געמיינזאמער קולטור=פּראָיעקט פון רוסלאנד און פשא, האָט דערציילט דער וויצע=גובערנאטאָר פון פּעטערבורג וואסילי קיטשעדזשי.

די ערשטע ייִדישע מאטבייעס וועט מען אויסשטעלן אף די טאָרגעס אין ניו=יאָרק

קימאט 009 מאטבייעס פון ארץ יהודה, וועלכע זײַנען אלט 11 יאָרהונדערט, וועט מען אויסשטעלן אף אן אאוקציִאָן אין ניו=יאָרק. די טאָרגעס וועלן דורכגיין דעם 8 און 9 מארט.

מאצייוועס פאר טאָגטעגלעכן אויסניצן

אינעם נאציִאָנאלן היסטאָרישן מוזיי פון דער רעפּובליק בעלארוס האָט זיך געעפנט אן אויסשטעלונג פון די בילדער פונעם פאָטאָגראף פון פּוילן לוקאש באקסיק ”מאצייוועס פאר טאָגטעגלעכן אויסניצן“.

אין דיסעלדאָרף האָט מען אופגעפירט באבעלס פּיעסע

אינעם טעאטער SUAHLEIPSUAHCS (דיסעלדאָרף) האָט מען אופגעפירט די פּיעסע ”מארי“ פון איסאק באבעל. אלס רעזשיסער פון דער אופירונג איז ארויסגעטראָטן אנדרעא ברעט, איינע פון די סאמע באדײַטנדיקע אָפּערע=רעזשיסערן פון דײַטשלאנד.

א באליידיקנדיקער קאָמענטאר

די אנטי=דעפאמאציע=ליגע האָט געייצעט אן איטאליענישן טשינאָווניק, וועלכער האָט זיך דערלויבט די אנטיסעמיטישע ארויסזאָגונגען אין אדערס פונעם איטאליענישן אקטיאָר ראָבערטאָ בעניני, איבערקוקן זײַנע אָנשויונגען.

וויפל אנטיסעמיטן זײַנען פאראן אין דײַטשלאנד?

ארום 02 פּראָצענט פון דער באפעלקערונג פון דײַטשלאנד זײַנען די פארבאָרגענע אנטיסעמיטן.

די צייכענונגען פון אוישוויץ

אינעם מעמאָריִאל=קאָמפּלעקס ”אוישוויץ=בזשעזינקע”, וועלכער געפינט זיך אף דער טעריטאָריע פונעם געוועזענעם נאצישן טויט=לאגער, וועט דורכגיין אן אויסשטעלונג פון צייכענונגען פון די אָסירים פון קאָנצענטראציע=לאגערן פון דער צווייטער וועלט=מילכאָמע.

די ייִדן אין סלאָוועניע

די סינאגאָגע אין מאריבאָר, דער צווייטער לויטן צאָלבאשטאנד פון דער באפעלקערונג שטאָט פון סלאָוועניע, איז איינע פון די עלטסטע אין אייראָפּע.

די ייִדן פון זאמביע

ניט ווײַט פון איינער פון די הויפּט=מערקווירדיקײַטן פונעם שווארצן קאָנטינענט - וואסערפאל וויקטאָריִע - געפינט זיך די שטאָט ליווינגסטאָן (זאמביע). די גינסטיקע אָרטלאגע האָט פארוואנדלט ליווינגסטאָן אין א באדײַטנדיקן טוריסטישן צענטער.אָבער ווייניק מענטשן ווייסן, אז די שטאָט איז א היים פון איינער פון די עלטסטע ייִדישע קעהילעס פון דאָרעם=אפריקע.

<< Первая < Предыдущая 1 2 3 4 5 6 7 8 9 10 Следующая > Последняя >>
Страница 1 из 22

Свежие выпуски газет

Биробиджанская Звезда от 22.02.2012
RSS Биробиджанская Звезда RSS лента

Архив
Биробиджанер Штерн от 22.02.2012
RSS Биробиджанер Штерн RSS лента

Архив
Подписка на газеты

Календарь газет

« Февраль 2012 »
Пн Вт Ср Чт Пт Сб Вс
    1 2 3 4 5
6 7 8 9 10 11 12
13 14 15 16 17 18 19
20 21 22 23 24 25 26
27 28 29        

Детское приложение к газете "Биробиджанская Звезда"

8 ёжиков