אין לוואָוו גייט דורך אן אָרדנטלעכע אקציע אין אונטערשטיצונג פון וועטעראנען פון עס=עס ”גאליטשינא“ - די היגע שילער און סטודענטן באמאָלן די פּאסכע=אייער מיט א סימבאָליק פון דער דיוויזיע.
אין 9391 יאָר האָט די לעגענדארישע דזשאז=זינגערן בילי האָלידיי אויסגעזונגען די ליד ”TIURF EGNARTS“, וועלכע דער זשורנאל EMIT האָט אין 06 יאָר ארום אנערקענט פאר א בעסטער קאָמפּאָזיציע פון XX יאָרהונדערט.
נאָכן פארענדיקן דעם מאטש פונעם טשעמפּיִאָנאט פון ישראל, אין וועלכן האָט הפועל חיפה פארשפּילט דער קאָמאנדע מכבי פּתח תקוה מיטן חשבון 2:1, איז פאָרגעקומען אן אומאָנגענעמער אינצידענט, וועלכער האָט זיך ארויסגעוויזן אין צענטער פון אופמערקזאמקײַט פון אלע ישראלדיקע מיטלען פון מאסן=אינפאָרמאציע.
אפן אָרט פונעם געוועזענעם ייִדישן בית=עלמין אין מינסק איז פאָרגעקומען די צערעמאָניע פון דער עפענונג פונעם מעמאָריִאל=שטיין אין אָנדענק וועגן די ייִדן פון פראנקפורט=אף=מײַן, וועלכע זײַנען געווען דעפּאָרטירט און פארניכטעט דורך די היטלעראָווצעס אין ווײַסרוסלאנד.
אין פּאריזש און אנדערע גרויסע שטעט פון פראנקרײַך זײַנען דורכגעגאן די שטילע פּראָטעסט= דעמאָנסטראציעס קעגן ראסיזם און אנטיסעמיטיזם און אויך די טרויער= מיטינגען אין אָנדענק וועגן די כרבנות פונעם טעראָריסט מאָכאמעד מער, וועלכער האָט דערהרגעט זיבן מענטשן אפן דרום פונעם לאנד אין משך פון 11=טן ביזן 91=טן מארט. אין אָט די מאָסמיטלען האָבן אָנטיילגענומען מער פון 0056 מענטשן.
אין די ראמען פונעם צווישנפעלקערלעכן חודש פון פאָטאָגראפיע האָט זיך אין מאָסקווע אינעם מולטימעדיע=קונסט=מוזיי געעפנט אן אויסשטעלונג פונעם אמעריקאנער פאָטאָגראף וויליאם קלײַן.