אין די רוסלענדישע ארכיוון האָט מען געפונען נײַע דאָקומענטן, וועלכע ווארפן א שײַן אפן גוירל פון ראוּל וואלענבערגן. אין העסקעם מיט אָט די אופווײַזונגען, האָט דער שוועדישער דיפּלאָמאט, וועלכער האָט געראטעוועט אין 4491 יאָר צענדליקער טויזנטער אונגארישע ייִדן, איז געווען נאָך לעבעדיק נאָך דער דאטע פון זײַן הינריכטונג, אָנגערופענער דורך די סאָוועטישע מאכטהאָבער.
|
דער געוועזענער אָסיר פונעם דײַטשישן קאָנצלאגער בוכענוואלד, וועלכער לעבט אין כארקאָוו, וועט אָנטיילנעמען אין די פײַערלעכע מאָסמיטלען, געווידמעטע דעם יאָרטאָג פון באפרײַען די אסירים פון אָט דעם קאָנצלאגער.
|
דנעפּראָפּעטראָווסק איז איינע פון די סאמע גרעסטע שטעט פון אוקראיִנע. איר באפעלקערונג באטרעפט מער פון 5,1 מיליאָן אײַנוווינער, ייִדן זײַנען דאָ פאראן לויט פארשיידענע אָנגאבן פון 54 ביז 06 טויזנט מענטשן.
|
דער פּרעמיער=מיניסטער פון ייִסראָעל בעניאמין נעטאניאהו האָט אויסגעדריקט א מיטגעפיל די קרויווים און נאָענטע פון די קאָרבאָנעס פונעם געטאָפּלטן טעראקט אינעם מאָסקווער מעטראָ, וועלכער איז פאָרגעקומען דעם 92 מארט 0102 יאָר.
|
די האָליוווּדער סטודיִע TNEMNIATRETNE ROHPATEM טרעט צו צו דער ארבעט איבערן פילם אונטערן נאָמען ”די ערד פון מאלאָכים“, געווידמעט דעם כאָלאָקאָסט אף דער טעריטאָריע פון גריכנלאנד און, ביכלאל, דעם פארניכטן פון דער ייִדישער קעהילע אין סאלאָניקי, און אויך דעם אופשטאנד פון די אסירים פון אָסווענצים, אין וועלכן עס האָבן אָנטיילגענומען 531 ייִדן פון סאלאָניקי.
|
אין מארט פון פאָריקן יאָר איז אין קיִעוו פאָרגעקומען א פײַערלעכע עפענונג פונעם מוזיי פונעם גרויסן ייִדישן שרײַבער שאָלעם=אלייכעמען, צוגעפּאסט צו זײַן 051=טן געבורטסטאָג. און אָט איז אדורך א יאָר. פאר אָט דער צײַט האָבן באזוכט דעם מוזיי פון שאָלעם=אלייכעמען טויזנטער אײַנוווינער פון קיִעוו און געסט פון שטאָט. צווישן זיי - הונדערטער שילער פון די ייִדישע און אוקראיִנישע שולן, סטודענטן.
|
דעם 7=טן אפּרעל וואָלט געוואָרן 29 יאָר דעם ייִדישן דיכטער יויסעף קערלערן.
|
דער פּרעזידענט פון ייִסראָעל שימען פּערעס איז אײַנגעלאדן אפן פּאראד, לעקאָוועד דעם טאָג פון זיג, וועלכער וועט פאָרקומען אין מאָסקווע. דער פּרעזידענט פון רוסלאנד דמיטרי מעדוועדעוו האָט אײַנגעלאדן פּערעסן אף דער טריבונע, זײַנע שכיינים וועלן זײַן באראק אָבאמא, ניקאָליא סארקאָזי און גאָרדאָן בראוּן.
|
ייִסראָעל האָט בעדייע אויסקלאָרן, מיט וואָס קען ער העלפן רוסלאנד אינעם באזאָרגן די געפארלאָזיקײַט פון דורכפירן די אָלימפּיִאדע אין סאָטשי אין 4102 יאָר.
|
די איטאליענישע ייִדן זײַנען אופגעבראכט מיט דעם, וואָס דער שפּילער פון דער פוטבאָל=קאָמאנדע פון רוים ”לאציִאָ“ מאוראָ סאראטע האָט אופגעהויבן די האנט אין דער דײַטשישער באגריסונג. די מיטגלידער פונעם בונד פון דער ייִדישער יוגנט פון איטאליע האָבן אָנגערופן אָט דעם זשעסט פונעם געבוירענעם אין ארגענטינע ”ניט א דערלאָזבארן“.
|
דײַטשלאנד זאָגט זיך אָפּ באפרידיקן די אָנפראגע פונעם זשורנאליסט דעם צוטריט צו די דאָקומענטן פון יענע 51 יאָר, ווען דער נאציסטישער מיליטער=פארברעכער אדאָלף אייכמאן איז געווען אין זוכונג.
|
דאָ ניט לאנג איז געוואָרן 501 יאָר זינט דעם געבורטסטאָג פונעם גלענצנדיקן סאָוועטישן קינאָרעזשיסער גריגאָרי קאָזינצעוו. ער געהערט צו דער פּלעיאדע פון די מערקווירדיקע קינסטלער, וועלכע האָבן געשאפן דעם סאָוועטישן קינעמאטאָגראף און פארגרעסערט זײַן רום. אין מעשעך פון פופציק יאָר האָט ער געלעבט אין קונסט און פאר קונסט - מיט דער גאנצער ענערגיע פון זײַן פילזײַטיקן טאלאנט. גריגאָרי מיכײַלאָוויטש קאָזינצעוו איז געווען א טעאָרעטיקער פון קינאָ און פּעדאגאָג, טאלאנטפולער ליטעראטאָר און אויספאָרשער.
|
אמאָל האָט מען וואדי אבו=דזשאמילן אין נידער=ביירוט אָנגערופן ”א טאָל פון ייִדן“ - טאקע דאָרטן האָט זיך געפונען דער ייִדישער קווארטאל פון דער ליוואנער הויפּט=שטאָט. נאָר הײַנט, נאָך דער 51=יאָריקער בירגער=מילכאָמע און נאָך דער מילכאָמע פון 6002 יאָר איז אָט דער ראיאָן פון ביירוט ליידיק. די זשורנאליסטקע פון דער אראבישער רעדאקציע פון בי=בי=סי נאדא אבדעלסאמאד פארזיכערט, אז א סאך ליוואנער בענקען נאָך די אלטע גוטע צײַטן, ווען אין ייִדישן קווארטאל האָט געברויזט דאָס לעבן.
|
די טאמאָזשנע=דינער פון דער שטאָט בריאנסק האָבן ארויסגענומען אינעם צוג ”אָדעס - מאָסקווע“ א פּודעלע מיט די דײַטשישע דאָקומענטן פון די צײַטן פון דער וויימאר=רעפּובליק און פונעם דריטן רייך.
|
ענטפערן אף אָט דער פּאָשעטער פראגע איז ניט אזוי גרינג. א סאך מענטשן, אפילע אין דער סוויווע פון מוזיק= פאָרשער, וועלכע ספּעציִאליזירן זיך אף אויספאָרשן די ייִדישע מוזיק, באהויפּטן, אז די מוזיק און דעם טעקסט צו דער ליד ”הבה נגלה“ האָט אָנגעשריבן מאָשע נאטאנזאָן.
|
בא 01 מיליאָן שעקעלן רעכנט אויסגעבן דער אויסערן= מיניסטעריִום אין 0102 יאָר אף ”פארשטארקן די פארבינדונגען מיט רוסלאנד“. די ייִסרעיילים האָבן בעדייע זיך דערקלײַבן ביז די סאמע דערווײַטערטע עקן פון סיביר קעדיי דערציילן וועגן זייער לאנד, וועגן דער קולטור, טראדיציעס און קיך פון ייִסראָעל.
|