Главная»Идиш» Идиш - Издательский дом Биробиджан

Идиш

איראק זײַנען נייטיק געוואָרן די ייִדישע ווערטן

אין פשא פארהיט זיך די קאָלעקציע פון די פארצײַטיקע ייִדישע ביכער און אנדערע ווערטפולע ארטעפאקטן פון איראק, וועלכע זײַנען איבערגעגעבן געווען דעם אמעריקאנישן צאד פאר דער רעסטאוורירונג. איצט פאָדערט איראק אומקערן די ווערטפולע עקספּאָנאטן.

דער טאָגבוך פון רוט

עס זײַנען פּובליקירט אין איבערזעצונג אף איווריט די טאָגביכער פון רוט מײַער, א געבוירענע אין ווין, וועלכע איז געווען דעפּאָרטירט אין אוישוויץ אין עלטער פון 22 יאָר און איז אומגעקומען דאָרטן אין נאָיאבער 2491 יאָר.

די ווינער מכביה

אין דער עסטרײַכישער הויפּט=שטאָט איז דורכגעגאן די 31=טע אייראָפּעיִשע מכביה, אין וועלכער עס האָבן אָנטיילגענומען מער פון 0081 ייִדישע ספּאָרטסמענען פונעם גאנצן קאָנטינענט.

א טרויעריקע דאטע

זומער 1491 יאָר, אין די ערשטע טעג פון דער גרויסער פאָטערלענדישער מילכאָמע, זײַנען אין א סאך מיזרעך=אייראָפּעיִשע שטעט און שטעטלעך פאָרגעקומען די בלוטיקע ייִדישע פּאָגראָמען.

דאָס לעבן איז וווּנדערשיין

דעם 01=טן יול איז אין רוים אין עלטער פון 29 יאָר געשטאָרבן רובינאָ ראָמעאָ סאלמאָני, א מענטש, וועמעס ביִאָגראפיע איז געווען געלייגט אין גרונט פונעם סיוזשעט פונעם באוווּסטן פילם פון דעם איטאליענישן רעזשיסער ראָבערטאָ בעניני ”דאָס לעבן איז וווּנדערשיין“.

ייִסראָעל זוכט די דערטרענקענע שיף

די אדמיניסטראציע פונעם פּרעמיער=מיניסטער פון ייִסראָעל און דער צענטער פון דער יערושע אפן נאָמען פון מענאכעם בעגין פּלאנירן אין דער נאָענטסטער צײַט אָרגאניזירן די אונטערוואסער=עקספּעדיציע קעדיי געפינען די רעשטלעך פון דער דערטרענקענער שיף ”אלטאלענא“.

וועגן די רוסישע שפּיִאָנען וועט מען שאפן א פילם

אין ייִסראָעל האָט זיך אָנגעהויבן די ארבעט איבער א פילם אין א סאך סעריעס וועגן דעם פּאָרפאָלק, וועלכס איז געווען פארווערבירט דורך דער רוסלענדישער אויסשפּיר=דינסט. אינעם נײַעם פילם ”גאָרדינס קעמערל“ וועלן מארק איוואניר און נאטאליא ווויטולעוויטש=מאנאָר שפּילן דעם רוסישן רעזידענט און זײַן ווײַב.

א ספּעקטאקל וועגן דעם זיידע

דעם 11=טן און 21=טן יול איז אינעם ייִדישן קולטור=צענטער DNARG TIEB אין אָדעס דורכגעגאן די פּרעמיערע פונעם ספּעקטאקל ”באבעל: וויִאזוי איז עס פאָרגעקומען אין אָדעס“, אין וועלכן עס שפּילט דאָס אייניקל פונעם שרײַבער, דער אמעריקאנער אקטיאָר און רעזשיסער אנדריי מאלאיעוו=באבעל.

דער מאָסקווער ראָוו איז געשטאנען בעראָש פון דער קאָנפערענץ פון אייראָפּעיִשע ראבאָנים

דער הויפּט=ראָוו פון מאָסקווע פּינכאס גאָלדשמידט איז געווען אויסגעקליבן אלס א נײַער פּרעזידענט פון דער קאָנפערענץ פון אייראָפּעיִשע ראבאָנים.

די קינדער פון באָברוּיסק האָט מען געוויזן א קינדער= קאָנצלאגער

די קינדער פון דער ייִדישער קעהילע פון באָברוּיסק און זייערע עלטערן זײַנען אָפּגעווען אף אן עקסקורסיע אינעם דאָרף קראסני בערעג אפן אָרט פונעם קינדער=קאָנצענטראציע= לאגער.

”דערהארגעט אײַערע פרײַנט און שכיינים“

”מיר האָבן זיך פארזאמלט דאָ, לעבן דער סינאגאָגע פון יאסי, עלטסטער אין רומעניע, קעדיי עפענען אן אָבעליסק אין אָנדענק וועגן די טויזנטער ייִדן, וועלכע זײַנען געווען דערהארגעט סאָף יון 1491 יאָר“, - מיט אזעלכע ווערטער האָט געעפנט די צערעמאָניע דער הויפּט פון דער יאסער קעהילע אווראָם גילטאן.

די ייִדישע פארגאנגענהײַט פון ליוויע

אין איינער פון די אמאָל שענסטע סינאגאָגעס פון דער ליווישער הויפּט=שטאָט טריפּאָלי קען מען הײַנט ארײַנקומען סײַדן דורך א לאָך אין דער הינטערשטער וואנט, פארלייגטע מיט מיסט און אלטן שוכווארג.

אין אָנדענק וועגן די קאָרבאָנעס

די ייִדישע קעהילע פון דובאָסארי שטעלט אוף א נײַעם מעמאָריִאל= קאָמפּלעקס אפן אָרט פונעם מאסעוון דערמאָרדן פון מאָלדאווישע ייִדן אין סענטיאבער 1491 יאָר.

א דענקמאָל איצכאָק ראבינען הינטער קיִעוו 1 

אינעם דאָרף סידאָריטשי פונעם אינוואנקאָווסקער ראיאָן, קיִעווער געגנט, האָט מען אוועקגעשטעלט א דענקמאָל דעם געוועזענעם פּרעמיער=מיניסטער פון ייִסראָעל איכצאָק ראבינען. וועגן דעם טיילט מיט די אוקראיִנישע אינפאָרמאציאָנעלע אגענטור TEN.AGIL, פארופנדיק זיך אף דער פּרעסע=דינסט פון דער קיִעווער געגנטלעכער מעלוכע=אדמיניסטראציע.

”סאשא. אף שטענדיק“

א וווּנדערלעכער מוזיי, צונויפגעשטעלטער פון דאָקומענטן און פאָטאָגראפיעס און איבערגעפלאָכטן אין א בוך, איז אופגעשטעלט דורך רימע שווארצמאן, די טאָכטער פונעם אינוואליד פון דער מילכאָמע איסאק בראָך (8191-6991) און דער האָרעפּאשניצע פון הינטערלאנד קלארע בראָך (5291-0102

<< Первая < 1 2 3 4 5 6 8 10 > Последняя >>
Страница 8 из 25

Свежие выпуски газет

Биробиджанская Звезда от 23.05.2012
RSS Биробиджанская Звезда RSS лента

Архив
Биробиджанер Штерн от 23.05.2012
RSS Биробиджанер Штерн RSS лента

Архив
Подписка на газеты

Календарь газет

« Сентябрь 2011 »
Пн Вт Ср Чт Пт Сб Вс
      1 2 3 4
5 6 7 8 9 10 11
12 13 14 15 16 17 18
19 20 21 22 23 24 25
26 27 28 29 30    

Детское приложение к газете "Биробиджанская Звезда"

8 ёжиков